אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ו'א'"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
אין [[חז"ל]] (ראש השנה לא.) שטייט אז רב קטינא זאגט אז די [[וועלט]] גייט נאר שטיין 6,000 יאר און אין די זיבעטע טויזענט יאר וואס איז מרומז אויפן טאג פון [[שבת]] וועט די וועלט [[חרובחרב]] ווערן און עס גייט נאר פארבלייבעןפארבלייבן דידער [[אויבערשטער]] אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב) ''ונשגב ה' לבדו ביום ההוא'', און א טאג פון אויבערשטען איז 1,000 יאר, ווי [[דוד המלך]] זאגט אין [[תהלים]] ''כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול''. [[אביי]] זאגט אז 2,000 יאר גייט עס זיין חרובחרב, און ער לערנט עס ארויס פון א באזונדערע פסוק.
 
די [[גמרא]] (סנהדרין צז:) זאגט אויך אז די [[צדיקים]] גמורים גייען נישט שטארבעןשטארבן דעמאלטס, נאר וועלן שוועבן אין די ספערן, ביזן צייט פון [[עולם הבא]].
 
די [[רשב"א]] (שו"ת ח"א סימן ט) איז מסביר, אז אפילו די וועלט וועט זיין וויסט, וועט זיך די [[צייט]] רעכענען כאילו די וועלט וואלט ווען געשטאנען, וואס דאן וואלט עס געדויערט הונדערט יאר (לויט [[איינשטיין]]'ס טעאריע איז דאס אביסל שווער צו ערקלערן)
שורה 8:
 
ווידער, אין [[זוהר הקדוש]] (תרומה קעו:) שטייט אז די וועלט גייט שטיין 6,000 יאר, און דערנאך וועט עס חרוב ווערן אין 12 שעה, און אין די 13'טע שעה וועט די אויבערשטער פריש באנייען די וועלט פון דאס ניי.
דידער [[רמב"ם]] אין ספר המורה (חלק שני פרק כט) און אזוי אויך די [[רשב"א]] (שם), ווארפן אריין ווערטער אז עס מיינט נישט ממש אז עס גייט ווערן אויס וועלט, נאר אז וועט נישט זיין אויפן געהעריגען שטייגער, נאר באופן הפסד וכדומה ([[גלאבאלע אנווארעמונג]] ???).
 
עס איז וויכטיג אנצוצייכענען אז מיט דעים האלטן אלע אייניג אז די וועלט גייט חרוב ווערן נאך 6,000 יאר, נאר עס איז דא א דיעה אין [[קבלה]], אין אויך פילע [[ראשונים]] האלטען אזוי, אז די וועלט גייט שטיין א צירקע פון 49,000 יאר [אין זייער שפראך: זיבן שמיטות], און יעדע זיבעטע טויזענט יאר [[שמיטה]] גייט די וועלט רוהען און זיין וויסט, און ווידער נתחדש ווערן צוריק, ביז די 50,000'טע טויזענט יאר וואס דאן וועט זיין די גרויסע בירור [[יובל הגדול]], וואס אלעס וועט מתוקן ווערן און די גאנצע [[עולם הזה]] וועט בטל ווערן, און עס וועט נאר פארבלייבען די [[צדיקים]] לעולם הבא.
די [[מקובלים]] שרייבען אז איצט האלטען מיר אין די 2'טע רונדע פון 7,000 יאר, דאס הייסט אין די שמיטת הגבורה.
 
[[קאטעגאריע:יארן]]