אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ו'א'"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: אין חז"ל (ראש השנה לא.) שטייט אז רב קטינא זאגט אז די וועלט גייט נאר שטיין 6,000 יאר און אין די זי...
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
אין [[חז"ל]] (ראש השנה לא.) שטייט אז רב קטינא זאגט אז די [[וועלט]] גייט נאר שטיין 6,000 יאר און אין די זיבעטע טויזענט יאר וואס איז מרומז אויפן טאג פון [[שבת]] וועט די וועלט [[חרוב]] ווערן און עס גייט נאר פארבלייבען די [[אויבערשטער]] אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב) ''ונשגב ה' לבדו ביום ההוא'', און א טאג פון אויבערשטען איז 1,000 יאר, ווי [[דוד המלך]] זאגט אין [[תהלים]] ''כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול''. אביי זאגט אז 2,000 יאר גייט עס זיין חרוב, און ער לערנט עס ארויס פון א באזונדערע פסוק.
 
די גמרא (סנהדרין צז:) זאגט אויך אז די [[צדיקים]] גמורים גייען נישט שטארבען דעמאלטס, נאר וועלן שוועבן אין די ספערן, ביזן צייט פון [[עולם הבא]].
 
די [[רשב"א]] (שו"ת ח"א סימן ט) איז מסביר, אז אפילו די וועלט וועט זיין וויסט, וועט זיך די [[צייט]] רעכענען כאילו די וועלט וואלט ווען געשטאנען, וואס דאן וואלט עס געדויערט הונדערט יאר (לויט [[איינשטיין]]'ס טעאריע איז דאס אביסל שווער צו ערקלערן)
 
אין א אנדער [[מדרש]] (פרקי דרבי אליעזר) שטייט אז די הימל און ערד גייען באנייט ווערן, און אלע באשעפענישען גייען טועם זיין א טעם פון טויט אויף 2 טאג, און אין די דריטע טאג וועט די אויבערשטער אלעס באנייען און אויפלעבן די טויטע. אבער די רשב"א (דארט) אבער ערקלערט אז די 2 טאג מיינט 2 טאג פון אויבערשטען וואס דאס איז באמת 2,000 יאר, ד.ה. ר' אליעזר האלט אזוי ווי אביי.