ארץ ישראל

געאגראפיש ראיאן
(אַריבערגעפֿירט פון ארץ־ישראל)

ארץ ישראל איז אַ שטח לאַנד אינעם מיטל מזרח וואו יידן האבן געוואוינט אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש. ארץ ישראל איז כולל די היינטיקע לענדער מדינת ישראל, א גרויסער טייל פון יארדאניע און לבנון, און א טייל פון סיריע.

ארץ ישראל אין 2003

לויט דער תורה זענען פארן מצוות התלויות בארץ, דאס הייסט, געוויסע מצוות וואס מען האלט נאר אין ארץ ישראל.

היסטאריע

רעדאַקטירן

נאך פערציק יאר אין מדבר, האט יהושע אריינגפירט די יידן אין ארץ ישראל

די קרייצפארער מלוכה (1099 - 1260)

רעדאַקטירן
 
פעסטונגען אין עכו פון דער קרייצפארער תקופה

ביי דעם ערשטן קרייצצוג האבן די קרייצפארער איינגענומען ירושלים אין 1099, און זיי האבן אויפגעשטעלט דאס קעניגרייך פון ירושלים. זיי האבן געקעמפט אויף א זייער ברוטאלן אופן, און זיי האבן געשאכטן גאר אסאך נישט־קריסטן. אין ירושלים האבן זיי געפירט א רציחה פון 40,000 מענטשן, צווישן זיי אסאך יידן וואס האבן מיטגעהאלפן די מוסולמענער אין דעם אנשטרענג צו שיצן די שטאט. די קרייצפארער האבן פארברייטערט זייער מלוכה ביז עגיפטן, דעם מיטלענדישן ים און דעם כנרת. שוין אין די ערשטע צען יאר האבן זיי צוריקגעשטופט די אראבער פון לאנד.

אין 1186 האט סאלאדין אנגעהויבן א קאמף קעגן די קרייצפארער, און האט זיי ענדלעך געזיגט.

וועבלינקען

רעדאַקטירן