רבי אריה לייב צינץ (ה'תקכ"ח - ג' אייר ה'תקצ"ג). באקאנט אלס דער פלאצקער גאון, איז געווען רב אין פלאצק.

אריה לייב צינץ
געבורט 1768
ה'תקכ"ח רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1833 (אלט 65 בערך)
ג' אייר ה'תקצ"ג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישער בית עולם אין ווארשע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ציור רבי אריה לייב צינץ

רבי אריה לייב איז געבוירן אין פינטשאוו, אין יאר ה'תקכ"ח צו זיין פאטער הרב משה אייבעשיץ, רב אין פינטשאוו, א זון פון הרב ר' יהודה לייב, וואס איז געווען א ברודער פון הרב יהונתן אייבעשיץ, און צו זיין מוטער יהודית. עס איז אינטערעסאנט אז ער איז געבוירן פיר יאר נאך דעם וואס זיין פעטער רבי יהונתן איז נפטר געווארן, אבער אין זיינע ספרים האלט ער זיך פאר א תלמיד פון אים. ער ברענגט אים שטענדיג אראפ, און רורט זיך נישט אן אים, אין זיין ספר מגן האלף האט ער געדרוקט צוזאמען מיט די חידושין פון רבי יהונתן, אויך זיין ספר אויף הל' רבית האט ער געדרוקט די חידושים פון רבי יהונתן כרתי ופלתי.

זיין יוגנט

רעדאַקטירן

רבי אריה לייב האט שוין יונגערהייט ארויסגעוויזן זיין שארפקייט און זיין ברייטן פארנעם אין לערנען, אין עלטער פון פינף און צוואנציג יאר האט ער ארויסגעגעבן אין פראג זיין ערשטן חיבור יעלת חן.

ער איז אמאל זייער נישט געזונט געווען, און דורך תפלות פון אסאך אידן און דורך דעם וואס מען האט איהם צוגעלייגט א נאמען א שינוי השם איז ער געזונט געווארן, מען האט איהם דאן צוגעלייגט דעם נאמען "יעקב" (אין די הקדמה פון ספר יעלת חן).

זייענדיג אין פראג האט רבי אריה לייב זיך באקענט מיט דעם גרויסן גאון דער "נודע ביהודה", רבי יחזקאל לאנדא. רבי אריה לייב האט אים איבערגעלאזט זיין חיבור אויף מסכת כתובות איבער צוקוקן, און אים געבן זיין הסכמה. ווען דער נודע ביהודא האט דורך געקוקט דעם ספר האט ער געזען אז רבי אריה לייב האט זייער פיל צוגעטראפן צו דעם ספר הפלאה פון רבי פנחס הורוויץ, וואס איז ארויס נישט לאנג פריער אין פראנקפורט.

ווען רבי אריה לייב האט זיך דערפון דערוואוסט, איז ער פארבליבן אין פראג און איבער געארבעט דעם ספר, און עס מסדר געווען אויף ענינים, און ארויסלאזנדיג אלעס וואס שטייט שוין אין ספר הפלאה.

אין יאר ה'תקנ"ב האט רבי אריה לייב ארויסגעגעבן דאס ספר יעלת חן מיט די הסכמות פון רבי מרדכי באנעט, דער מהר"ם בנעט, פון רבי אליעזר קאליר דער אור חדש, און פון רבי יחזקאל לאנדא דער ״נודע ביהודה״.

רבי אריה לייב האט געוואוינט אין פרעשבורג עטליכע יאר, נאכהער איז ער צוריק קיין פוילן און ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין דער שטאט פלאצק. פון פלאצק איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין טשעכנאווי, פון דארט האט ער זיך באזעצט אומגעפער אין יאר ה'תק"ע אין ווארשע.

רבי אריה לייב איז נפטר געווארן אין ווארשע מאנטאג ג' אייר ה'תקצ"ג.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן
  • אילת אהבים - מסכת כתובות
  • גרש ירחים - מסכת גיטין
  • יעלת חן - שו"ת און סוגיות מסכת כתובות
  • מעיני החכמה - מסכת בבא מציעא
  • פני אריה - מסכתות
  • שמחת יום טוב - מסכת ביצה
  • גט מקושר - הלכות גיטין
  • חידושי מהרא"ל - יורה דעה
  • טיב חליצה - הלכות חליצה
  • טיב קידושין - הלכות קידושין
  • יין המשמח - הלכות יין נסך
  • מגן האלף - הלכות פסח
  • מקצוע בתורה - הלכות הלוואה
  • שם חדש - הלכות חדש
  • משיבת נפש - שו"ת
  • מהרא"ל - שו"ת
  • ברכת השיר - הגדה של פסח
  • מלא העומר - על התורה
  • קומץ המנחה - דרשות
  • שיורי קומץ המנחה - דרשות

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן


ספרי רבי אריה ליב צינץ

אילת אהבים · ברכת השיר · גור אריה · גט מקושר · גרש ירחים · חידושי מהרא"ל · טיב חליצה · טיב קידושין · יין המשמח · יעלת חן · מגן האלף · מהרא"ל · מלא העומר · מעיני החכמה · מקצוע בתורה · משיבת נפש · פני אריה · קומץ המנחה · שיורי קומץ המנחה · שם חדש