אנטיגוע און בארבודע

אינזל-לאנד אין די מערב אינדישע אינדזלען
אַנטיגוע און באַרבודע
Antigua and Barbuda
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
קאָנטינענט צפון אמעריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך ענגליש
הויפּטשטאָט סאנט דזשאנס
רעגירונג פאלאמענטארע קאנסטיטוציאנאלע מאנארכיע
מאנארך
פּרעמיער מיניסטער
עליזאבעט די צווייטע
גאסטאן ברוין
אומאפהעניגייט
- פון פאראייניגטן קעניגרייך

1טן נאוועמבער 1981
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
440 קוואַדראַט ק"מ
182
נישטיק
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

100,963
199
186 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $2.372 ביליאן (191סט)
וואַלוטע מזרח קאראאיבישער דאלאר (XCD)
צײַט זאָנע UTC - 4
אינטערנעט דאָמען ag.
טעלעפֿאָן קאָד 1268+

אַנטיגוע און באַרבודע איז אַ סואווערענער שטאט אין די מערב אינדישע אינזלען, צפון אמעריקע, צווישן דעם קאראיבישן ים און דעם אטלאנטישן אקעאן. זי באשטייט פון צוויי גרעסערע אינזלען, אנטיגוע און בארבודע, און עטלעכע קלענערע אינזלען. די הױפּשטאָט און גרעסטער פארט איז סאנט דזשאנס.

אנטיגוע און בארבודע זענען א טייל פון דער קאמאנוועלט; דער ראש מלוכה איז קעניגין עליזאבעט די צווייטע, און איר פארשטייער אין די אינזלען איז דער אלגעמיינער גובערנאטאר. יעדע פינף יאר האלט מען וואלן פאר דעם הויז פון דעלעגאטן (מיט 17 מיטגלידער), און דער פרעמיער מיניסטער איז דער פירער פון דער גרעסטער פארטיי. דער סענאט האט אויך 17 מיטגלידער, וואס ווערן באשטימט דורכן אלגעמיינעם גובערנאטאר.