אלפרעד נאבעל
אלפרעד בערנהארד נאבעל (21סטן אקטאבער, 1833, שטאקהאלם, שוועדן – 10טן דעצעמבער, 1896, סאנרעמא, איטאליע) איז געווען א שוועדישער כעמיקער, אינזשעניר, מחדש, פאבריקאנט פון געווער און דער ערפינדער פון דינאמיט. ער האט פארמאגט באָפֿאָרס, א הויפט וואפן פאבריקאנט, וואס ער האט אריבערגעפירט פון זיין פריערדיגע ראלע אלס אן אייזן און שטאל מיל. אין זיין לעצטער צוואה האט ער געניצט זיין גרויסע עשירות איינצופירן די נאבעל־פריזן. מ'האט געגעבן א נאמען דעם סינטעטישן עלעמענט נאבעליום נאך אים.
געבורט |
21 אקטאבער 1833 שטאקהאלם, שוועדן |
---|---|
טויט |
10 דעצעמבער 1896 (אלט 63) איטאליע |
מדינה | שוועדן |
אונטערשריפט | |
פערזענליכער הינטערשלאק
רעדאַקטירןאלפרעד נאבעל איז געווען דער דריטער זון פון אימאנועל נאבעל (1801-1872) און אנדריעט אהלסעל נאבעל. (1805-1889). געבוירן אין שטאקהאלם 21סטן אקטאבער 1833, ער מיט זיין משפחה זענען געגאנגען אין 1842 קיין פעטערבורג, וואו זיין פאטער (וואס האט ערפינדעט מאדערנעם דיכט) האט אנגעהויבן א טארפעדע ווארשטאט. אלפרעד האט שטודירט כעמיע אונטער פראפעסאר ניקאליי ניקאלאעוויטש זינין. אום 1859, איז דער פאבריק געווארן געלאזט אינעם אויפזע פונעם צווייטן זון, לודוויג נאבעל (1831-1888), ווער האט אים פארגרעסערט. ווען די געשעפטן האבן זיך באנקראטירט האט אלפרעד צוריקגעקערט קיין שוועדן מיט זיין פאטער, דארטן האט ער שטודירט אויפרייסווארג, בפרט וויאזוי צו פאבריצירן און ניצן ניטראגליצערין מיט זיכערקייט. עטלעכע אויפרייסונגען האבן פאסירט אין זייער פאבריק אין in העלענעבארג; אין איין קאטאסטראף איז געהרגעט געווארן אלפרעד'ס יונגערן ברודער עמיל און נאך מיטארבעטערס אין 1864.
די יסודות פון דער נאבעל פריז זענען געשטעלט אין אלפרעד'ס לעצטער צוואה אין 1895 וואו ער האט איבערגעלאזט אסאך פון זיינע פארמעגן אוועקצושטעלן די פריז. זייט 1901 האט די פריז געערט מענער און ווייבער פאר זייערע אויסערגעוויינליכע אויפטוען אין פיזיק, כעמיע, מעדיצין, ליטעראטור און ארבעט פאר שלום.