אלעזר רוקח (בעלז)

(אַריבערגעפֿירט פון אלעזר רוקח (בעלזא))

רבי אלעזר רוקח זצ"ל (ה'תק"ע - י"ט כסלו ה'תרמ"ב), פון בעלזא. דאס עלצטע קינד און דער בכור פון דעם שר שלום פון בעלזא.

רבי אלעזר'ל איז געבוירן און יאר ה'תק"ע (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב שלום רוקח פון בעלזא, באקאנט אלס דער "שר שלום", און צו זיין מוטער מרת מלכה, א טאכטער פון הרב ישכר דוב רומערז רב אין סקאהל.

אויף רבי אלעזר'ל האט מען געזאגט ער האט דאס אויסזען פון זיין פאטער; דער רוזשינער האט געזאגט, ס'איז צו דערקענען אויף אים אז ער איז דאס ערשטע כח פון פאטער.

אין יאר ה'תרט"ו נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט רבי אלעזר'לס יונגסטער ברודער רבי יהושע'לע איבער גענומען די רביסטעוווע פון פאטער, אין רבי אלעזר'ל איז געבליבן וואוינען אין בעלזא און זיך ערנערט פון זיין וויין געשעפט.

רבי אלעזר'ל איז נפטר געווארן י"ט כסלו ה'תרמ"ב. און ליגט נעבן זיין פאטער.

זיין מצבה איז איינע פון די פיר אויפן בית החיים אין בעלזא, וועלכע זענען נישט געשעדיגט געווארן אין דעם צווייטן וועלט קריג.

רבי אלעזר'לס קינדער:

  • הרב אהרן רוקח ( - ), רבי אין לוביטש - קרולובסקי.
  • הרב יהודה רוקח ( - ), רבי אין דינאוו.
  • די ווייב פון הרב מנחם מענדל כהנא, פון ווישאווא.
  • די ווייב פון הרב שלמה יהודה וועבער רב אין ברעזשאוו.
  • מרת מרים, די ווייב פון הרב יוסף יוסקא לאם, פון בעלזא.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר