אלי‏[1] פאַלקאָוויטש (רוסיש: Эли Маркович Фалькович; ‏1898, האָמעל, ווײַסרוסלאַנד, רוסלענדישע אימפעריע – 1979, מאָסקווע) איז געווען אַ ייִדישער לינגוויסט.

לעבנסגעשיכטע רעדאַקטירן

אין די 1920ער יאָרן האָט אלי פאַלקאָוויטש פאַרענדיקט דעם פאַקולטעט פאַר לינגוויסטיק פונעם מאָסקווער אוניווערסיטעט. נאָך זענענדיק אַ סטודענט, האָט ער אונטעריכטעט ייִדיש אינעם קאָמוניסטישן אוניווערסיטעט פון די מערב-פעלקער (אַזוי גערופענע "מײַרעווקע"). אין די 1930ער יאָרן איז ער געווען אַן אונטעריכטער (שפּעטער - אַ דאָצענט) אויף דער קאַטעדרע פון דער ייִדישער שפּראַך-קענטעניש פונעם 2טן מאָסקווער אוניווערסיטעט. פאַרעפנטלעכן וויסנשאַפטלעכע אַרטיקלען אויף ייִדיש האָט אלי פאַלקאָוויטש אָנגעהויבן אין 1927. אין די 1930ער יאָרן איז ער געווען אַן אָפטער מחבר פונעם קיִעווער לינגוויסטישן זשורנאַל "אויף שפּראַך-פראָנט". דעם 15טן דעצעמבער 1936 האָט אלי פאַלקאָוויטש אָנטיילגענומען אין דער באַראַטונג אין מאָסקווע, וועלכע איז געווידמעט געווען דער באַהאַנדלונג פון דער פראַגע וועג דעם מלוכה-סטאַטוס פון דער ייִדישער שפּראַך – אין צוזאַמענהאַנג מיט אַ פּלאַן צו שאַפן אין ביראָבידזשאַן, אויף יסוד פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אַ ייִדישע רעפּובליק.

אלי פאַלקאָוויטש האָט געבראַכט אַ גרויסן בײַטראָג אינעם שאַפן לערנביכער און ווערטערביכער פון דער ייִדישער שפּראַך. אין 1941 איז ער פרײַפיליק אַוועק אויפן פראָנט און ווי אַ פּשוטער סאָלדאַט אָנטיילגענומען אין שלאַכטן פאַר מאָסקווע. אין זומער 1942 איז אלי פאַלקאָוויטש פאַר זײַן העלדישקייט באַלוינט געוואָרן מיט "לענין-אָרדען". אין 1943 – 1948 איז ער געווען אַ מיטגליד פונעם ייִדישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט.

אין די 1950ער יאָרן, נאָך דער פאַרניכטונג פון דער ייִדישער סאָוועטישער קולטור האָט אלי פאַלקאָוויטש געאַרבעט אַלס לעקטאָר אויף דער רוסישער שפּראַך. זינט אין 1961 האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" פלעג ער פון צײַט צו צײַט פאַרעפנטלעכן אויף זײַנע שפּאַלטן פּאָפּולערע אַרטיקלען איבער די פראַגן פון סטיליסטיק פון דער ייִדישער ליעראַרישער שפּראַך. אין 1974 – 1978 האָט ער געפירט אין "סאָוועטיש היימלאַנד" די רובריק "פאַר די, וואָס לערנען ייִדיש".

אויסדערוויילטע פּובליקאַציעס רעדאַקטירן

  • גראַמאַטיק פאַר דערוואַקסענע, מאָסקווע, 1929
  • גראַמאַטיק פאַר דערוואַקסענע, די צווייטע, פאַרפולקומטע אויפלאַגע, מאָסקווע – כאַרקאָוו – מינסק, 1930
  • ייִדיש פאַר דערוואַקסענע, מאָסקווע, 1936
  • ייִדיש, מאָסקווע, 1940
  • רוסיש-ייִדיש ווערטערביכל פאַר דער אָנפאַנג-שול, מאָסקווע, 1941
  • Искусство лектора, Москва, 1960
  • «Еврейский язык (идиш)», Языки народов СССР, т. 1. М., 1966
  • «О языке идиш», רוסיש-ייִדישער ווערטערבוך (אונטער דער רעקאַקציע פון מ.שפּירא, א.ספּיוואַק און מ.שולמאַן, מאָסקווע, 1984 און מאָסקווע, 1989
  • (צוזאַמען מיט מ.שפּירא) В помощь изучающим идиш, С.-Петербург, 2006

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. לויט די כללים פון דער סאָוועטישער ייִדישער אָרטאָגראַפיע – עלי

וועבלינקען רעדאַקטירן