עפענען הויפטמעניו
Atari-2600-Wood-4Sw-Set.jpg

די אַטאַרי 2600 (ענגליש: Atari 2600) איז א ווידעא שפיל קאנסאל. זי איז באפרייט געווארן אין די פאראייניקטע שטאטן אין אקטאבער 1977. די אַטאַרי 2600 נוצט שפיל קאַרטרידזשן וואס קענען ווערן גענומען אריין און ארויס צו טוישן דעם שפיל, וואס איז געווען א נייער געדאנק אין ווידעא שפילן אין די עפאכע. איידער די 2600 האט מען געדארפט קויפן אן אנדערע סיסטעם פאר יעדן שפיל וואס זיי האבן געוואלט שפילן. מער ווי 30 מיליאן אַטאַרי 2600 קאנסאלן זענען געווען פארקויפט.