אהוד מנור (געבוירן עברי; י"ח תמוז ה'תש"א - ג' ניסן ה'תשס"ה, געבוירן לועזי: 13טן יולי 194112טן אפריל 2005) איז געווען א פאפולערער ישראלישער ליריקער (לידער שרייבער) און א איבערזעצער. ער האט געשריבן און איבערגעזעצט הונדערטער לידער. איינע פון זיינע באוווסטע לידער איז "אין לי ארץ אחרת".

אהוד מנור מיט ווייב עפרה פוקס
אהוד מנור

ער איז געבוירן אין בנימינה קאלאניע. אין יאר ה'תשמ"א האט ער באקומען אן אקאדעמישע דיפלאמע M.A פון ליטעראטור אויף ענגליש.

נאך זיין שטארבן האט דער ישראלישער דערציונגס מיניסטעריום באשטימט אריין לייגן זיינע לידער אין די קינדער שולעס פראגראמען.