אגריפס דער ערשטער

מלך פון יהודה פון הורדוס דינאסטיע


אגריפס דער ערשטער גערופן יוליוס אגריפס איז געווען א רעכטער אייניקל פון הורדוס און מרים החשמונאית, ער איז געבוירן צו זיינע עלטערן אריסטובולוס און בארניקי אין יאר 10 איידער דער ציווילער רעכענונג. אריסטובולוס איז פאראורטיילט געווארן צום טויט אינאיינעם מיט זיין ברודער, אלעקסאנדער, דאס ווען אגריפס איז א קליין קינד פון דריי יאר. אנהייב איז אגריפס אויפגעצויגן געווארן אינעם פאלאץ פון דער קעניגליכער פאמיליע אין ירושלים, דערנאך אין רוים, וואו אגריפס האט ערהאלטן זיין דערציאונג. שפעטער איז אגריפס געווארן דער לעצטער אפציעלער קעניג אין ארץ ישראל אין צייטן פון צווייטן בית המקדש, און געשטארבן אין יאר 43.

אגריפס דער ערשטער
געבורט 10 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 44 (אלט 53 בערך)
קסרי, ארץ ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
קעניגן און געוועלטיגער מבית הורדוס

יונגע יארן

רעדאַקטירן

זייענדיק אן איינוווינער פון רוים, איז אגריפס געווען א טייל פון דער אריסטאקראטיע אין דער הויפטשטאט פונעם אימפעריע. מיטן טויט פון זיין מאמע און שפעטער, האט ער זיך געפונען אן קיין געלט, נאכדערצו וואס זיין לעבנסשטייגער איז געווען פארשווענדעניש און שוואוילטאג, האט ער זיך געמוזט אומקערן קיין ארץ יהודה. זייענדיק דארט האט ער געפונען א פרנסה אלס אויפזעער פונעם מארק אין טבריה, דורך זיין פעטער הורדוס אנטיפס, דער גובערנאטאר פון גליל און עבר הירדן. אן ארבעט וועלכע אגריפס האט נישט געגליכן, דעריבער איז ער אריבער קיין סיריע, נאכן איינלאדענונג פון דעם סירישן פראקוראטאר צו קומען ארבעטן פאר אים. אבער דארט האט אגריפס אויך געליטן פון שטרייטן מיט געפעכטן צוליב זיין ברודער, דעריבער האט ער געבארגט געלט צו רייזן קיין רוים.

אין יאר 34 פון דער ציווילער ציילונג, איז אגריפס אנגעקומען קיין רוים, אינעם זעלבן צייט וואס פיליפוס, אגריפס'נס פעטער, איז געשטארבן אן קיין קינדער, טיבעריוס דער קייסער האט געהאט אינזינען צו געבן די בשן פאר אגריפס. אבער אנשטאט האט דער לעצטער זיך אריינגעמישט אין א געפעכט צווישן די רוימישע הערשער און געשטיצט קאליגולע צו ווערן קייסער, און אנגעקניפט מיט אים נאנטע באציאונגען. דאס האט אים שיעור נישט געקאסט דאס לעבן, אבער א קורצע וויילע דערויף איז טיבעריוס געשטארבן און קאליגולע איז געווארן הערשער איבער דער אימפעריע.

קאליגולע האט אנערקענט אין אגריפס אלס קעניג פונעם בשן, אין יאר 38 האט ער זיך געלאזט אין וועג אריין צוריק קיין ארץ ישראל, איבערנעמען זיין מלוכה. זייענדיק אנערקענט אלס קעניג, האט הורדוס אנטיפאס באקומען קנאה אין אים, ווילנדיק באקומען דעם זעלבן טיטל אנשטאט טאטרארך, און זיך געלאזט אין וועג אריין אינאיינעם מיט זיין ווייב קיין רוים. אגריפס האט פאר'מסר'ט זיין פעטער, אז ער ארבעט אינאיינעם מיט די פיינט, ווי אויך האט אנטיפאס זאפאסן פון געווער געצילט צו נוצן קעגן די אימפעריע און אירע אינטערעסן. קאליגולע, וועלכע איז געווען א נאנטע פריינט פון אגריפס, האט דאס געגלייבט און דערפאר ארעסטירט אנטיפס מיטן פרוי, און פארשיקט אין גלות. דערביי האט אגריפס פארגרעסערט זיין קעניגרייך, פון די בשן און גלעד, הערשנדיק אויך איבערן גליל און עבר הירדן.

אין יאר 41, איז קאליגולע אומגעקומען, אגריפס האט געהאלפן קלאודיוס ווערן הויפט פונעם רוימישן אימפעריע, און האט פארדינט דאס באקומען די טעריטאריעס פון יהודה, שומרון און אדום. דערצו האט אגריפס געהאט די רעכט צו ממנה זיין כוהנים גדולים און איז אנערקענט געווארן אלס הויפט פירער פונעם יידישן פאלק געפונטען אונטער רוימישער הערשאפט. דערמיט האט אגריפס באקומען אונטער זיין באזיץ אלעס וואס זיין זיידע האט געהאט און געוועלטיגט איבער גאנץ ארץ ישראל.

אגריפס האט געהאט אינערליכע פאליטישע פראבלעמען וועלכע האבן געשטערט זיין קעניגרייך. פון איין זייט האבן אסאך יידן געטראגן א פיינטשאפט קעגן הורדוס' פאמיליע און זיי נישט געזען אלס פולקאמע יידן, פון אנדערע זייט, האבן די מאסן גויים פון די שטעט געזען אין אים א ייד, און אים געהאסט צוליב דעם. טראץ אגריפס האט געהאלפן די גויים מיט בויען געביידעס און איינריכטונגען פאפולער צווישן גריכישן-רוימישן קולטור, איז ער נישט געווען פאפולער ביי זיי. אויך האט אגריפס גע'רודפ'ט די קריסטליכע סעקטע און אומגעברענגט שליחים פונעם ניי געגרינדעטע רעליגיע.

אגריפס איז אבער נישט לאנג געווען קעניג איבערן לאנד, לויט יוסיפון פאר בלויז דריי יאר, סוף 43 אדער אנהייב 44 איז ער געשטארבן. איבערלאזנדיק אגריפס דער צווייטער און נאך אפאר טעכטער. וועלכע האבן נישט באוויזן איבערצונעמען דעם אפציעלן טיטל פון זייער טאטע.

הורדוס הויז קעניגן און געוועלטיגער

יוליוס אגריפספיליפוסארכלאוסהורדוס