HowStuffWorks (ווערטלעך: "וויאזוי זאכן ארבעטן") איז א וועבזייטל פאר נאכקוקען אלע זאכן וויאזוי זיי ארבייטן. עס איז הסברה באגלייט מיט בילדער, ווידעאס און דיאגראמען צו פארשטיין בחוש יעדע קאמפליצירטע ענין. דער וועבזייטל ווערט אפדעטירט יעדן טאג פון פריש און מער מיט מער ארטיקלען.

עס האט זיך מלכתחילה אנגעהויבן דורך א געוויסער פראפעסאר וואס האט דאס געהאלטן אלס א פערזענליכער קאלעקציע פון וויאזוי פארשידענע מאשינען ארבעטן, דערנאך ביי די דאט.קאם באבל האבן דאס אינוועסטארס אפגעקויפט און פארברייטערט אלס א דאטעבאזע פון אלעס וויאזוי סארבייטן.

אויך האבן זיי שוין ארויסגעבן פיר ביכער פון די ארטיקלען מיט א חודשליכע מאגאזין און סי.די.ראמס.

וועבלינקען רעדאַקטירן