װיקיפּעדיע:פראגעס/אלגעמיין

דער בלאט גיט אן איבערבליק פון וויקיפעדיע.

וואס איז א וויקי? רעדאַקטירן

א וויקי איז א זאמלונג פון פארבונדענע אינטערנעט בלעטער וואס יעדער איינער קען זיי ליינען אדער רעדאקטירן ווען ער וויל (פרייער אינהאלט).

וואס איז וויקיפעדיע? רעדאַקטירן

וויקיפעדיע איז א פראיעקט צו שאפן א נייעם סארט פרייע ענציקלאפעדיע. וויקיפעדיע עקזיסטירט צו ברענגען וויסן צו יעדן וואס זוכט עס.

וואס זענען די צוועקן פון וויקיפעדיע? רעדאַקטירן

דער צוועק פון וויקיפעדיע איז צו שאפן א פרייע ענציקלאפעדיע, די גרעסטע אין היסטאריע, און צו ווערן א באגלייבטער קוואל פאר אינפארמאציע.

ווען האט וויקיפעדיע אנגעהויבן? רעדאַקטירן

די ענגלישע ווערסיע האט אנגעהויבן דעם 15טן יאנואר 2001. די יידישע ווערסיע האט אנגעהויבן כ"ג אדר תשס"ד.

ווער איז דער אייגנטימער פון וויקיפעדיע? רעדאַקטירן

וויקיפעדיע ווערט געפירט דורך א נישט־פאר־רווח ארגאניזאציע וואס הייסט די וויקימעדיע פונדאציע. די פונדאציע פארוואלטעט אויך די שוועסטער פראיעקטן צ.ב. וויקיווערטערבוך און וויקיביבליאטעק.

די ארטיקלען ווערן פארשפרייט אונטער דעם Creative Commons ליצענץ.

אויף וועלכן ווייכווארג לויפט וויקיפעדיע? רעדאַקטירן

וויקיפעדיע לויפט אונטערן מעדיעוויקי ווייכווארג. מער אינפארמאציע קען מען טרעפן אויף דאס מעדיעוויקי וועבזייטל (אויף ענגליש).