זיך אפשערן די האר פון קאפ, איז פארהאנען פארשידענע וועגן און פירונגען און סיבות.

אין געוויסע גלויבונגען, טאר מען זיך בכלל נישט אפשערן, נישט די האר פון קאפ, נישט די בארד, און קיין שום אנדערע האר פונעם קערפער. ביי געוויסע אידייען, איז גאר געווען א חשיבות צוזיין אפגעשוירן, און נאר די קנעכט זענען געווען בא'וואקסען מיט האר.

ביי די אידן איז דא פארשידענארטיגע הלכות. ווי למשל; א מאן טאר נישט שערן די בארד אין פיאות, אבער א נזיר אדער א מצורע ווען ער רייניגט זיך דארפן יא אפשערן די גאנצע האר זייערע. ביי פרויען איז נישט דא אין די תורה ספעציעלע הלכות, אבער עס איז פארהאנען אסאך פארהייראטע פרויען וואס שערן זיך אפ אינגאנצען.

אין יעדע פאל און אין יעדע מנהג צו הלכה, איז דא דערין מערערע פירונגען, וואס יא שערן און וואס נישט, וויאזוי יא, און וויאזוי נישט.

אזוי אויך, אין די קאסמעטישע וועלט, ווי סטיילס שפילן א שטארקע ראלע, איז פארהאנען אלערליי סטיילס אינעם אפשערן פעלד, ווי דער בארבער שפילט דאס ראלע אלץ מומחה.