רבי שמואל רובין זצ"ל (ה'תקצ"ה - ה'תרס"ד), רב אין קארטשין.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אהרן רובין רב אין רימאנאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל.

רבנות רעדאַקטירן

אין יאר ה'תרל"ז אומגעפער איז רבי שמואל אויפגענימן געווארן רב אין קארטשין.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי שמואל איז נפטר געווארן אין קראקא כ' תמוז ה'תרס"ד.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי שמואל האט געהייראט מרת יוכבד א טאכטער פון הרב אלעזר ווייסבלום א זון פון הרב נפתלי ווייסבלום פון ליזענסק. זייערע קינדער:

  • מרת חנה די ווייב פון הרב אלימלך ווייסבלום, פון סטאשאוו.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר