שמואל אויערבאך
הרב שמואל אויערבאך
הרב שמואל אויערבאך
געבורט י' תשרי ה'תרצ"ב
שערי חסד, ירושלים, בריטישער מאנדאט
פטירה ט' אדר ה'תשע"ח
שערי חסד, ירושלים, ארץ ישראל
טעטיקייט ירושלים
געהערט צו ליטווישע
אנדערע אמטן ראש ישיבת מעלות התורה און פירער פון דער פלג ירושלמי פראקציע
זיינע רביס זיין פאטער רבי שלמה זלמן אויערבאך
הרב שך
תלמידים רבי אברהם נאוואגראצקי, רבי יעקב אריה מיליקאווסקי אדמו"ר מאמשינאוו, רבי דוד חי אבוחצירא, רבי יאשיהו יוסף פינטא, רבי משה שמידע, רבי שלום יוסף געלבער
חיבורים אהל רחל, דרכי שמואל

הרב שמואל אויערבאך (י' תשרי ה'תרצ"ב, 21סטן סעפטעמבער 1931 - ט' אדר ה'תשע"ח, 24סטן פעברואר 2018) איז געווען דער ראש ישיבה פון דער מעלות התורה ישיבה אין ירושלים, א געוועזענער מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און אין דעם נשיאות פון דער וועד הישיבות. נאך דער פטירה פון הרב יוסף שלום אלישיב פלעגט ער פירן דעם קאנסערוואטירן שטראם פון דעם ליטווישן ציבור אין ישראל; אין די אויגן פון פילצאליגע ליטווישע אידן האט ער זיך פאררעכנט ווי דער וואס איז ממשיך די השקפה פון הרב שך

הרב שמואל אויערבאך

לעבנסגעשיכטע רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין דעם שערי חסד געגנט פון ירושלים, דער בכור פון הרב שלמה זלמן אויערבאך. זיין סנדק איז געווען היה הרב אברהם יצחק הכהן קוק.‏[1]

אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט אין דער עץ חיים ישיבה, און אויך ביי זיין פאטער. ער האט משמש געווען הרב שמשון אהרן פאלאנסקי, דער טעפליקער רב, און ער איז געווען נאנט צום בריסקער רב און רבי יעקב ישראל קאניעווסקי ("דער סטייפלער"). אין רב שך'ס לעצטע יארן פלעג הרב אויערבאך באזוכן אים אין זיין הויז אין בני ברק גאנץ אפט.

יונגערהייט איז ער געווען א ראש ישיבה אין דער אמשינאווער ישיבה "שם עולם". אין די 70ער יאר האט הרב מרדכי עליפאנט אים באשטימט א ר"מ אין ישיבת איתרי אין ירושלים, וואו ער איז געבליבן ביז תשל"ז (1977).

ראש חודש אייר תשמ"ב (1982) האט הרב אויערבאך אויפגעשטעלט די מעלות התורה ישיבה פאר עלטערע בחורים אין שערי חסד, ירושלים. די ישיבה האט אויך א כולל מיט עטלעכע צוואנציג יונגעלייט.

אויך האט הרב אויערבאך עוסק געווען אין קבלה, און ער איז געווען דער נשיא פון דער ישיבת המקובלים שער השמים; ער האט געירשנט דעם אמט פון זיין פאטער.

אין די אנהייב 2000ער יארן האט מען אים אריינגענומען אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם פרעזידיום פון דעם וועד הישיבות.

הרב אויערבאך איז געווען א מקורב פון הרב יוסף שלום אלישיב. נאך רב אלישיבס פטירה האט זיך געמאכט א שפאלט אין דעם ליטוויש־ישיבישן עולם אין ישראל. דער גרעסטער טייל איז געפירט געווארן דורך הרב אהרן לייב שטיינמאן אבער דער מער קאנסערוואטיווער שטראם האט אנגעקוקט הרב שמואל אויערבאך ווי זייער מנהיג. אין יולי 2012 האט מען געעפנט די הפלס צייטונג אונטער זיין פאטראנאזש, און ער איז געווען איר גייסטלעכער אויטאריטעט. דער עולם וואס האלט מיט הרב אויערבאך האט אויפגעשטעלט די נצח פארטיי אין ווינטער תשע"ג.‏[2]פאר די מוניציפאלע וואלן אין מרחשון תשע"ד (2013), האט די פארטיי געענדערט איר נאמען צו "בני תורה", וואס האט קאנדידירט אין ירושלים, בני ברק און מודיעין עילית, און האט געווינען סה"כ פינף זיצן.

ער איז געווען געהייראט צו מרת רחל, טאכטער פון הרב פנחס אליעזר פאקשער פון ירושלים (נפטר געווארן י"ד טבת תש"ן). זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.

זיינע חשובע תלמידים רעדאַקטירן

די פטירה און די לוויה רעדאַקטירן

אום שבת קודש פרשת זכור, ט' אדר ה'תשע"ח פארטאגס, האט רבי שמואל געכאפט א העפטיגן הארץ-שטילשטאנד, אבער טראץ די מערפאכע פארזוכונגען און אויפוואנד פונעם רעטונג-דינסט דורכצופירן אויף אים ווידערבאלעבונג, האט ער ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה צום באשעפער אין הויכן עלטער פון נאענט צו זיבן און אכציג יאר. אויבוואויל דער מנהג אין ירושלים איז "שלא להלין את המת" (באערדיגן דעם נפטר אויפן זעלבן טאג פון דער פטירה ,און נישט לאזן איבערנאכט), צוליב דעם הארבן ענין פון סכנת נפשות, און כדי מ'זאל האבן די מעגליכקייט זיך צוצוגרייטן צו דער לוויה, האט מען עס אפגעשטופט אויף דעם קומענדיגן טאג און די לוויה איז ארויס פון דער 'שערי חסד' געגנט 11 אזייגער צופרי מיט דער באטייליגונג פון רבבות וואס זענען אהין געקומען אפצוגעבן דעם כבוד אחרון צום גרויסן פוסק און מנהיג. ער איז באערדיגט געווארן אין הר המנוחות סמוך ונראה צום ציון פון זיין פאטער רבי שלמה זלמן. דער בית דין פון עדה החרדית האט געהייסן צו מאכן א 'ביטול מלאכה' בשעת פון דער לוויה.

זיינע ספרים רעדאַקטירן

  • דרכי שמואל - אויף מסכת אהלות
  • אהל רחל - א סעריע פון מוסר שמועסן (געשריבן געווארן דורך זיין תלמיד הרב יאיר ערלאנגער)

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. זעט דא.
  2. שבתי בנדט, קרב רב: המאבק שמסעיר את רבני דגל התורה,3טן דעצעמבער 2012, וואלא וועבזייטל