דער שליים איז די גליטשיקע סובסטאנץ פון געוויסע טיילן פון קערפער. סארטן שליים זענען זרע, נאזקאטאר און נאך.

איר פליכט איז

  1. צו היטן די לונגען און פארכאפן אלע פרעמדע סכנה'דיגע שמוץ און מיקראבן וואס מיר אטעמען אריין. (אין די נאז ווערט דאס פארהארטעוועט, און ס'הייסט נאז-גריבלונג נאכדעם וואס עס האט שוין איבער די מאס שטויב אנגעקלעפט.)
  2. אויך האלט דאס פייכט און לאזט נישט פארטרוקענען דאס פלייש פון די אינערליכע חלקים.
  3. אין דער פארדייאונג סיסטעם דינט דאס צו העלפן גליטשן דאס עסן ווייטער.
  4. אין די זרע העלפט דאס פירן טיף אין פרוי צו אנקלאפן די איי.
  5. אויך האט זי ענזימען צו באקעמפן אינפעקציע. דעריבער איז שטארק שליים א סימפטאם פון א פארקילונג.