שוויץ (קאנטאן)
קאנטאן פון דער שווייץ
שוויץ (דײַטש: Schwyz) איז א קאנטאן אין צענטראלער שווייץ צווישן די אלפן צו דרום, לוצערן אזערע צו מערב און ציריך אזערע צו צפון. דער קאנטאן נעמט זיין נאמען פון דער הויפטשטאט שוויץ.
www |
שוויץ איז איינער פון די גרינדער קאנטאנען פון דער שווייץ; דער נאמען שווייץ שטאמט פונעם נאמען פונעם קאנטאן, און דער שווייצער פאן איז באזירט אויפן הערב פון שוויץ.