דער שוואַרצער פֿעפֿער איז א געוואוקס וואס ווערט באניצט אלס געווירץ. מען קען אים נוצן צו קאכן גאנצערהייט, אבער אין מערסטנטייל ווערט ער צוריבן.

שווארצער און ווייסער פעפער

עס איז דאס מערסטע באניצטע געווירץ אין דער וועלט און ליגט געוויינליך אויפן טיש זייט ביי זייט מיט זאלץ.

ווען מען צומאלט אים פרישערהייט איז סאך געשמאקער ווי ווען מען קויפט אים צוריבן.

דער שווארצער פעפער קומט פון אינדיע, אמאליגע צייטן ווען מען האט געוואלט זאגן אז איינער זאל אוועקגיין און מער קיינמאל נישט צוריקקומען האט מען געזאגט "גיי ווי דער שווארצער פעפער וואקסט".

סארטן רעדאַקטירן

עס זענען פאראן זעקס סארטן פעפער וואס אלע פון זיי קומען פונעם זעלבן געוואוקס, נאר ווערט אנדערש פראצעסירט.

  • ראזע
  • גרין
  • טעליטשערי
  • מאלאבאר שווארץ
  • סאראוואק ווייס
  • מונטאק ווייס

זעט אויך רעדאַקטירן