דאס ריישעכץ איז צעשניטן ציבעלע געפרעגלט אין שמאלץ, פוטער אדער בוימל, ביז זיי ווערן ברוין.‏[1][2]

געפרעגלטע צוויבל
געפרעגלטע צוויבל

אין היינטיגן יידיש ווערט דאס אנגערופן "געדינסטע צוויבל". מען נוצט דאס אין אסאך עסנווארג אריינצוגעבן א גוטן טעם, ווי צום ביישפיל אין צודריקטע קארטאפל.

די ברעסלאווער, וואס זענען מקפיד נישט צו עסן קיין רויע צוויבל אויפן באפעל פון רבי נחמן, דינסטן דאס בעפארן אריינלייגן אין די אייער-ציבל וואס מען עסט יעדן שבת צופרי.

רעפערענצן רעדאַקטירן