ראַפֿאַעלאָ סאַנציאָ דאַ אורבינאָ (איטאַליעניש: Raffaello Sanzio da Urbino; באקאנט אין אנדערע שפראכן אלס ראַפֿאַעל, Raphael; ‏6טן אפריל 1483 - 6טן אפריל 1520) איז געװען אן איטאליענער מאלער און ארכיטעקט, אײנער פֿון די קונסט-גדולים פֿון דער רענעסאַנס-תּקופֿה.

די "סיקסטינישע מאַדאָנאַ" פֿון ראַפֿאַעל. די פֿיגורן פֿון די צװײ באַפֿליגלטע מלאכימלעך פֿון אָט דעם בילד זענען געװאָרן פּאָפּולערע מאָטיװן פֿון כלערלײ פּלאַקאַטן און פּאָסטקאַרטן.