ראמפארד באן סטאנציע

באן סטאנציע אין לאנדאן
קאארדינאטן: 51°34′30″N 0°10′58″E / 51.5749°N 0.1827°E / 51.5749; 0.1827

ראמפֿארד (ענגליש: Romford) איז אן איבערבייט באן סטאנציע אויף דער גרויסאיסטערן הויפטליניע וואס באדינט די שטאָט ראמפֿארד, אין דער לאנדאנער בארא פון העווערינג, מזרח לאנדאן. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 6.

ראמפֿארד קרייצבאן לאנדאנער איבערגרונט נאציאנאלע באן
בילד

סטאנציע געביידע

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון ראמפֿארד אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Romford
יאר געעפנט: 1839
לאקאציע: ראמפֿארד
בארא: העווערינג
פארוואלטער: TfL באן
צאל פעראנען: 5
טראוולקארטע זאנע: זאנע 6
נאציאנאלע באן יערלעכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 8.265 מיליאן
2014-15 ארויף 8.947 מיליאן
2015-16 ארויף 9.041 מיליאן

די איסטערן קאנטיס אייזנבאן האט געעפנט די סטאנציע אין 1839. די סטאנציע ווערט פארוואלטער היינט דורך TfL באן, און רוב באדינונגען ביי דער סטאנציע זענען אויף דער שענפילד - ליווערפול סטריט מעטרא באן, אבער אויך האט אבעליא גרויס-אנגליא באנען קיין סאטענד וויקטאריע און קאלטשעסטער שטאט, און לאנדאנער איבערגרונט באדינט די סטאנציע מיט באנען קיין אפמינסטער. פון 2019 וועט די סטאנציע ווערן באדינט דורך קרייצבאן, מיט פארבינדונגען צו סטאנציעס אין צענטראל לאנדאן, ווי אויך רעדינג און היטרוי ערפארט.

היסטאריע רעדאַקטירן

ראמפֿארד באן סטאנציע האט געעפנט דעם 20סטן יוני 1839 דורך דער איסטערן קאנטיס באנליניע ווי די צייטווייליגע מזרח סוף־סטאנציע פון דער ליניע פון מייל ענד.

צוקונפטיקע אנטוויקלונג רעדאַקטירן

פון מיי 2017 וועט די TfL ליניע ניצן קלאס 345 צוגן מיט 9 וואגאנען, וואס זענען לאנג 200 מעטער. פאר דעם צוועק וועט מען פארלענגערן די פעראנען, וואס זענען לאנג היינט 179 מעטער.

באדינונג רעדאַקטירן

אין די נישט שפיץ־שעה׳ן פארן פון דער סטאנציע:

  • 8 באנען א שעה קיין ליווערפול סטריט:
    • 6 פון זיי שטעלן זיך אפ ביי אלע סטאנציעס (TfL באן)
    • 2 שטעלן זיך אפ נאר אין סטראטפארד
  • 6 באנען א שעה קיין שענפילד, אלע סטאנציעס (TfL באן)
  • 2 באנען א שעה קיין אפמינסטער (לאנדאנער איבערגרונט)
  • 1 באן א שעה קיין סאדענט וויקטאריע (אבעליא גרויס-אנגליא)
  • 1 באן א שעה קיין קאלטשעסטער שטאָט (אבעליא גרויס-אנגליא)
פריערדיקע סטאנציע       קרייצבאן   פאלגנדע סטאנציע
קיין שענפילד
עליזאבעט ליניע
שענפילד מעטרא
פריערדיקע סטאנציע       לאנדאנער איבערגרונט   פאלגנדע סטאנציע
ראמפארד ליניעסוף-סטאנציע
פריערדיקע סטאנציע     נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
אבעליא גרויס-אנגליא
גרויסאיסטערן הויפט ליניע
  פון 2018  
פריערדיקע סטאנציע       קרייצבאן   פאלגנדע סטאנציע
קיין שענפילד
עליזאבעט ליניע

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ראמפארד באן סטאנציע