ראָדעם
Radom
ראָדעמער ראַטהויז
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 13טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 51°24′N 21°10′E / 51.400°N 21.167°E / 51.400; 21.167קאארדינאטן: 51°24′N 21°10′E / 51.400°N 21.167°E / 51.400; 21.167
וואויוואדעשאפט מאזאוויע
שטח 111.71 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט

226,372‏  (שטייענדיג 2006)
צײַט זאָנע UTC+1
www.radom.pl

ראָדעם (פּויליש: Radom; רוסיש: Радом) איז א שטאט אין פוילן, 100 ק"מ דרום פון ווארשע, אויפן מלעטשנע טייך. עס באדעקט א שטח פון 111.71 קוואדראט ק"מ. אין 2009 האט ראדעם געהאט 223,397 איינוואוינער.


היסטאריע רעדאַקטירן

יידישע קהילה רעדאַקטירן

אין 1897 האט די יידישע באפעלקערונג פון ראדעם געציילט 11,277 נפשות, 39% פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט, און אין 1931— 25,159 נפשות.‏[1]


ביים אנהייב פון דער צווייטער וועלט מלחמה האבן געוואוינט אין ראדעם 30,000 יידן, א גרויסער טייל פון זיי חסידים.

צווישן די שטאטס רבנים פון ראדעם זענען געווען הרב שמואל מאהליווער און הרב אברהם צבי פערלמוטער.

נאר 300 ראדעמער יידן זענען געבליבן נאכן חורבן.


וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ראדעם

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. "ראדעם", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)