די צענטעראלע ליניע איז א ליניע אין דעם לאנדאנער אונטערגרונט, און זיין קאליר אויף דער אונטערגרונט מאפע איז רויט. די ליניע איז די מערסטע פארנומענע אין דער אונטערגרונט סיסטעם, מיט מער ווי 260 מיליאן פארערס אין יאר 2011/12. אין די שפיץ שעה'ן פארן 34 באנען א שעה. די ליניע שניידט אדורך לאנדאן פון מזרח צום מערב, און געפינט זיך מערסט אונטער דער ערד. פון 49 סטאנציעס, זענען 20 אונטער דער ערד.

צענטראל
מאפע קאליר רויט
ערשט אפערירט 1900
טיף טיפער ניווא
בארעדערטער סטאָק 1992 Tube Stock
סטאנציעס 49
לענג (ק"מ) 74
לענג (מיילן) 46
וואקזאלן וועסט רייסליפ
היינאלט
ווייט סיטי[1]
רייזעס 199 מיליאן (2002) (א יאר)
באן ליניעס פֿון טראנספארט פאר לאנדאן
לאנדאנער אונטערגרונט ליניעס
  בעקערלו
  דיסטריקט
  האמערסמיט און סיטי
  וואטערלו און סיטי
  וויקטאריע
  יובילי
  מעטראפאליטאן
  נארדערן
  פיקאדילי
  צענטראל
  קרייז
אנדערע ליניעס
  דאקלאנדס לייכטע באן
  טראמלינק
  איבערגרונט

היסטאריע רעדאַקטירן

די ליניע אנפאנג רעדאַקטירן

טראץ דעם אז די צענטעראלע ליניע איז שוין געווען אויף די בוי פלענער שוין אין יאר 1891 אלץ א ליניע פון שעפרעדס בוש סטאנציע ביז באנק סטאנציע (מיט א פארלענגערונג צו ליווערפול סטריט סטאנציע: א פארשלאג וואס איז באשטעטיגט געווארן אין יאר 1892, טראץ דעם איז דעם בויען אפגעשטופט געווארן צוויי מאל (1894, 1899), און נאר אין 27סטן יוני 1900 האט זיך געעפנט אפיציעל, איין מאנאט בעפאר די פאבליק באנוץ, יענע יאר יולי. אין אנפאנג האט די באן גע'ארבעט מיט עלעקטערישע לאקאמאטיוון וואס האבן געשלעפט די וואגאנען.

די ליניע האט א רייכע היסטאריע. טראץ דעם אז מ'האט איינגעגראבן די טונעלן אין א דיאמעטער פון 3.56 מעטער (11 פיס און ¾8 אינטש, זענען זיי נישט געהעריג געשטעלט און דעריבער, טראץ דעם אז די באנען זענען געווען קלענער פון די טונעל דיאמעטער, האבן נישט געקענט אריבערגיין. א באקאנטע שמועה זאגט אז די אינזשענירן האבן פארגעסן צו רעכענען די הויכקייט פון די שינעס. אויך די לאקאמאטיוון אליין געווען א שווערע פראבלעם צוליב זייער שווערע וואג, פון כמעט 50 טאן וואס האט געשאפט טרייסלען און גערודער.

אין די שפעטערע דרייסיגער יארן פון דעם 20סטן יארהונדערט זענען די טונעלן פארלענגערט און צוגעלייגט נאך סטאנציעס. אין די פערציגער יארן איז צוגעלייגט נייע שינעס קעגן עלעקטרישע שאק (א סטאנדארט וואס איז געבליבן ביז היינטיגן טאג), און עס איז נאך געווען אסאך אנדערע טעכנישע פראבלעמען, למשל די הויך פון די טונעלן וואס איז נישט געווען אייניג, און האט פארשאפט פראבלעמען ביים פארברייטערן ארבעט.

די ליניע וואס פארט אונטער דער סיטי איז נישט געבויט אין א גראדער ליניע, נאר אונטער די גאסן, צוליב די געזעץ וואס האט געגעבן רעכט צו אויסנוצן די פובליקע ערד. די רעזולטאט איז אז צווישן די סטאנציעס טשאנסערי ליין, באנק און ליווערפול סטריט איז פארהאן זייער א סאך שארפע אויסדרייען, וואס לאזן די ספעציפישע געגנט פון דער ליניע, א מסוכנ'דיגע געגנט מיט א מעגלעכקייט צו דעראילמען. אין "באנק" סטאנציע איז די פלאטפארמע געווען אזוי אויסגעדרייט אז מ'האט נישט געקענט זעהן די עק. פון דארט האט זיך פארשאפט די באקאנטע אויסדרוק אין די אונטערשטע באנען "Mind The Gap".

א פאר יאר נאכ'ן עפענען די ליניע איז אנגענומען די פרייז פאר איין טיקעט פון צוויי פעני, וואס האט געברענגט די פאפולארע נאמען (אין יענע צייטן): "Twopenny Tube" (צוויי-פעני באן). אין יולי 1907 איז די פרייז טייערער געווארן מיט דריי פעני און אין 1909 - מיט נאך איין פעני.

צוגעלייגטע פארלענגערונגען צו די ליניע רעדאַקטירן

1908
די ליניע איז פארלענגערט אויף מערב זייט, מיט אופבויען די וואוד ליין סטאנציע אין די ראמען פון די בריטישע - פראנצויזישע אויסשטעלונג
1912
נאך א פארלענגערונג אויף מזרח, אופבויען די ליווערפול סטריט סטאנציע.

רוטע רעדאַקטירן

מאפע רעדאַקטירן

 
רוטע פון דער צענטראל ליניע דורך די לאנדאנער באראס און דער גראפנשאפט פון עסעקס

באן ליניע רעדאַקטירן

די צענטראלע ליניע איז לאנג 74 קילאמעטער (46 מייל), די לענגסטע ליניע אין דער אונטערגרונט. די ליניע האט 49 סטאנציעס און אין די מערסטע באשעפטיקסטע צייטן ווערט באדינט פון 72 באנען. יעדע באן האט 8 וואגאנען; רוב זענען פאבריצירט געווארן אין 1992.

די לענגסטע רייזע אין דער לאנדאנער אונטערגרונט אין איין באן איז אויף דער צענטראלער ליניע צווישן עפינג און מערב רייסליפ, א נסיעה פון 54.9 ק"מ, וואס דויערט א שעה מיט 28 מינוט.

באדינונגען רעדאַקטירן

אין די נישט שפיץ שעה׳ן פארן:

  • 9 באנען א שעה צווישן מערב רייזליפ און עפינג
  • 3 באנען א שעה צווישן נארדהאלט און לאוטאן
  • 9 באנען א שעה צווישן אילינג בראדוויי און ניובורי פארק
    • פון זיי פארן 6 באנען א שעה ווייטער פון ניובורי פארק קיין היינאלט
  • 3 באנען א שעה צווישן ווייט סיטי און היינאלט (אדורך ניובורי פארק)
  • 3 באנען א שעה צווישן היינאלט און וואודפארד

אינגאנצן 24 באנען א שעה (איינע יעדע 2 מינוט מיט 30 סעקונדעס) צווישן ווייט סיטי און לייטאנסטאן.

א 24-שעה נאכט טיוב באדינונג פרייטיק און שבת צו נאכט אפערירט צווישן אילינג בראדוויי און היינאלט (אדורך ניובורי פארק) אדער לאוטאן זייט דעם 19טן אויגוסט 2016.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. London Underground Key Facts. טראנספארט פאר לאנדאן. דערגרייכט דעם 2008-05-21.