צדקיהו, א זון פון יאשיהו מיט "חֲמוּטַל בַּת-יִרְמְיָהוּ" און א פעטער פון יהויכין, איז געווען דער 20סטער און לעצטער קעניג אויף מלכות יהודה אין פארלויף פון 11 יאר אין ירושלים. ער איז געווארן קעניג אין יאר ג'קס"ד. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געווען 21 יאר אלט.

צדקיהו
געבורט 617 לפנה״ס
ירושלים, מלכות יהודה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 550 לפנה״ס (אלט 67 בערך)
בבל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה מלכות יהודה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך מלך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
צדקיהו מלך יהודה

לויט ספר מלכים איז ער געווען שלעכט און געזינדיגט פאר גאט פונקט ווי יהויקים.

ער איז באקרוינט געווארן אלץ קעניג דורך דער קעניג פון בבל. פאר ווען ער איז געווארן קעניג האט ער געהייסן מתניהו אבער דער קעניג פון בבל האט אים געטוישט זיין נאמען צו צדקיהו.

אין יאר ג'קע"א האט צדקיהו מורד געווען קעגן נבוכדנאצר דער קעניג פון בבל, נבוכדנאצר באלאגערט ירושלים, און אין יאר ג'קע"ג האט ער פארוואנדערט כמעט אלע יידן פון מלכות יהודה און פארברענט דער בית המקדש (נאך וואס ס'איז געשטאנען 410 יאר). נבוכדנאצר האט געפסקנט (און אויסגעפירט) מען זאל הרגענען צדקיהו'ס קינדער קעגן די אויגן פון צדקיהו און דערנאך אויסהאקן צדקיהו'ס אויגן און אים בריינגען קיין בבל.

נאך וואס די בבלים האבן געהרגעט צדקיהו האט נבוכדנאצר באשטימט גדליהו זאל זיין דער פירער פון די יידן וואס זיינען געבליבן אין יהודה.

די יארן פון די מלכות יהודה ארויפגאנג
רחבעם אבים אסא יהושפט יהורם אחזיהו עתליה יהואש אמציה עוזיהו
928- 911- 908- 867- 846- 843- 842- 836- 798- 769-
יותם אחז חזקיהו מנשה אמון יאשיהו יהואחז יהויקים יהויכין צדקיהו
758- 733- 727- 698- 641- 639- 609- 608- 597- 596-
די יארן הייבן זיך אן פון פאר דער נוצרישער ציילונג