פרשת וארא איז די צווייטע סדרה אין ספר שמות. אין דער פרשה ווערט געברענגט וועגן די ערשטע זיבן מכות פון די צען מכות.

די סדרה רעדאַקטירן

די פרשה הייבט אן מיטן שליחות וואס דער אייבערשטער האט געשיקט משה איבערגעבן די יידן, אז ער וועט זיי אויסלייזן פון מצרים. ווען משה פירט אויס דאס שליחות, הערן נישט צו די יידן צו משה "מקוצר רוח ומעבודה קשה", פון א קורצן אטעם און שווערער ארבעט. דער אייבערשטער הייסט משה צוריקגיין צו פרעה, און משה פרעגט: "הן בני ישראל לא שמעו אלי, ואיך ישמעני פרעה", אז די יידן האבן נישט צוגעהערט צו מיר, וויאזוי וועט פרעה צוהערן?

דער פסוק איז מפסיק די מעשה מיטן ייחוס פון די שבטים ראובן, שמעון און לוי ביז משה און אהרן. רש"י ברענגט אז די תורה ברענגט די ייחוס פון נאר די דריי שבטים ווייל יעקב אבינו האט גערעדט צו זיי שווערע רייד בשעת ווען ער האט געבענטשט זיינע זין.

דער אייבערשטער לייגט אויף משה און אהרן דאס שליחות צו גיין צו פרעה צו פאדערן די באפרייאונג פון די יידן און זיי ארויסשיקן פון מצרים. אבער ער אנטפלעקט צו משה'ן אז פרעה וועט מאכן שווער זיין הארץ, וואס דער אייבערשטער פירט כדי ער זאל קענען פארמערן זיינע צייכענען אין מצרים. ביי דעם שליחות איז משה געווען אלט 80 יאר און אהרן 83.

די הפטורה רעדאַקטירן

שבת פרשת בא ליינט מען די הפטורה פון ספר יחזקאל, פון פרק כ"ח פסוק כה (ביי תימנישע יידן: פון פסוק כד) ביז פרק כ"ט פסוק כא.

אין א יאר וואס האט דאס קביעות בחג, זשג, בחה אדער זשה ליינט מען פרשת וארא אום שבת ראש חודש שבט און די הפטורה איז "השמים כסאי" אנשטאט דער געוויינלעכער הפטורה.

ווען שבת וארא געפאלט רעדאַקטירן

שבת פרשת וארא געפאלט אום די טעג:

קביעות פון יאר דאטע
בחג
בחה
זשג
זשה
א' שבט (ראש חודש)
בשה
בשז
גכה
גכז
כ"ח טבת
החא כ"ז טבת
הכז כ"ו טבת
השא
השג
כ"ה טבת
זחא
זחג
ג' שבט