פֿרעדי מערקורי (ענגליש: Freddie Mercury; ‏5טן סעפטעמבער, 1946 - 24סטן נאוועמבער, 1991) איז געווען א לעגענדארער ענגלישער קאמפאזיטאר, מוזיקאנט און הויפט ראק מוזיק און אַפּערע זינגער אין די קווין בענד, וועלכער האט געגעבן פילצאליגע אויסערגעווענליכע לייוו פארשטעלונגען.

פרעדי מערקורי
Freddie Mercury
געבורט 5 סעפטעמבער 1946 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 נאוועמבער 1991 (אלט 45)
קענזינגטאן, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.freddiemercury.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פרעדי מערקורי

ער האט געהאט אן אייגענארטיגע שטימע און סטיל אין מוזיק וועלכער האט איהם געמאכט אויסערגעווענליך פאפולער איבער דער גארער וועלט אין זיין צייט און זיינע לידער זענען שטענדיג די ערשטע אויף אלע מוזיק ליסטעס ביזן היינטיגן טאג.

אין די פאראייניגטע שטאטן איז ער פון אנהויב נישט געווען אזוי אויפגעכאפט צוליב וואס די קאנסערוואטיווע ראדיא סטאנציעס האבן נישט געוואלט שפילן זיינע לידער צוליב וואס ער איז געווען געי.

ביאגראפיע רעדאַקטירן

ער איז געבוירן אין טוניזיע וואס איז דאן געווען אונטער ברטישע שוץ. זייענדיג זיבן יאהר אלט האט אנגעפאנגען צו נעמען פיאנאו לעקציעס דארט אין אינדיע.

ביי די זיבעצן האט ער זיך מיט זיין פאמיליע אריבערגעצויגן קיין ענגלאנד צוליב די ארטיגע אומרוהען.

נאכן דורכפאלן מיט עטליכע בענדס וועלכע האבן זיך אויפגעלעזט, האט ער פארמירט זיין אייגענע בענד וועלכע ער האט א נאמען געגעבן קווין (וואס איז אויך צו-נאמען פאר געי) און פון דארט האבן זיינע רעוואלוציאנערע סינגלס און אלבאמען איהם געברענגט אויסערגעווענליכע סוקסעס.

די לעצטע יאהרן איז ער געווען קראנק מיט עידס, אבער ער האט באוויזן צו רעקארדירן און קאמפאזירן לידער כמעט ביז ער איז געשטארבן דערפון א טאג דערנאך וואס ער האט עס אפיעציעל אנאנסירט אין די צייטונגען.

לייוו פארשטעלונגען רעדאַקטירן

ער איז באוויסט מיט זיינע אויסערגעווענליכע קאנצערטן וואו ער האט פארמאגט אן אויסערגעווענליכן כוח צו איבערנעמען די מאסן און זיי קאנטראלירן מיט זיין כאריזמע.

ספעציעל איז באקאנט די 1985 25 מינוט פארשטעלונג ביי לייוו עיד פאר איבער אכציג טויזנט מענטשן וואו ער האט געזינגען טייל פון זיינע גרעסטע היטס און ווערט פאררעכנט אלס די בעסטע לייוו מוזיקעל פערפארמענס אף אלל טיים.

אלבאמען רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן