פלוגות השדה אדער פעלד איינהייטן, איז געגרינדעט געווארן אין מאורעות תרצ"ו-תרצ"ט, דורך די הגנה פירערשאפט, אנשטאט צו ווארטן ביז די אראבער קומען אריין אין יידישע שטעט, זענען ארויס אינדרויסן פון די שטעט, און אפגעווארט די אראבער, און זיי אטאקירט.

געגרינדעט אין 1937. זיי פלעגן אפטמאל אטאקירן אראבישע דערפער, און דערנאך צאמנעמען אלע איינוווינער, און געזוכט וואפן אין די הייזער, און אויפשטענדלער צווישן די איינוווינער.

אין 1938, זענען די איינהייטן געווארן נאציאנעל אקטיוו, אין באשיצן די לאנד פון אראבישע אויפשטענדלער, קאמאנדיר איז געווען יצחק שדה. אין 1939 זענען די איינהייטן אויפגעלעזט געווארן, און צונויפגעשמאלצן געווארן מיט אנדערע גרופעס, וואס האבן אויך געקעמפט אין די רעוואלט.

אין 1940 איז געגרינדעט געווארן, די פעלד מיליטער, וואס איר אויפגאבע איז געווען דער זעלביקער.