פילץ (פויליש : Pilica) איז א שטעטל אין דער זאוויערטשער גראפנשאפט פון שלעזיע אין פוילן, וואו א גרויסע יידישע קהילה האט עקזיסטירט ביזן חורבן.

פילץ
www.pilica.pl
פילץ
Pilica
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
קאָאָרדינאַטן 50°27′59″N 19°39′24″E / 50.46639°N 19.65667°E / 50.46639; 19.65667קאארדינאטן: 50°27′59″N 19°39′24″E / 50.46639°N 19.65667°E / 50.46639; 19.65667
בירגערמייסטער מיכאל אטרעבסקי
שטח 8.22 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל

1,998‏  (שטייענדיג 2008)
צײַט זאָנע UTC+1
http://www.pilica.pl

געשיכטע פון דער זידלונג רעדאַקטירן

פילץ ווערט ערשט דערמאנט אין אנהייב פונעם 12טן יארהונדערט. פילץ האט באקומען רעכטן פון א שטאָט אינמיטן דעם 16טן יארהונדערט.

אין מיטן דעם 17טן יאָרהונדערט איז די שטאָט חרובֿ געוואָרן דורך די שוועדן . ביי דער צעטיילונג פון פוילן צום סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז די שטאט געווארן א טייל פון עסטרייך, און אין 1815 איז זי אריינגענומען געווארן אין קאנגרעס פוילן .

פילצער ײדן רעדאַקטירן

דער ערשטער באריכט פון יידן אין שטעטל איז אין יאר 1581, און אין דעם 17טן יאָרהונדערט האט מען אויפגעשטעלט אַ שול. פון מיטן דעם 18טן יאָרהונדערט האט דאס שטעטל שוין געהאט אן ארגאניזירטע יידישע קהילה. אין די יארן 1760 ביז 1764 האָט פארזאמלט אין שטעטל דער וועד ארבע הארצות. במשך דעם 19טן יאָרהונדערט איז די צאָל יידן אין שטעטל געוואקסן, און זיי האָבן געשפּילט א גרויסע ראָלע אין איר אינדוסטריעלער אנטוויקלונג. פֿון 1894 איז געווען אַ ציוניסטישע טעטיקייט אין שטאָט. אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט האבן געוואוינט אין דער שטאט 2,688 יידן, וואס זענען געווען די מערהייט פון אירע איינוואוינער.

ביים חורבן אייראפע איז די פיליצער קהילה געווארן אינגאנצן חרובֿ.

רבנים פון שטעטל רעדאַקטירן

הרב יואב ראזנבוים (דער ערשטער)

הרב אלעזר לעוו מחבר פון ספר "שמן רוקח", פון תקל״ח (1778) - תקס״א (1800). הרב לעוו האָט אויך געפירט די ישיבה.

הרב יוסף ניימינץ, מחבר פון "מעשה חושב" (נפטר תק"ס, -1800),

הרב אברהם צבי הירש פאצאנאָווסקי מחבר פון "ברית אברהם" (ביז תקע"ב ווען ער איז אריבער קיין פיעטרקאָוו),

הרב לוי יצחק (א קאָצקער חסיד, שפּעטער געדינט אין זדונסקאַ וואלע )

רבי יחיאל דאַנציגער, שפּעטער געווארן דער גרינדער פון אלעקסאנדער חסידות,

רבי פינחס אליהו ראָטנבערג (פּלומעניק פונעם חידושי הרי״ם,, נפטר תרס"ג, 1903),

רבי פינחס מנחם יוסטמאַן מחבר פון "שפתי צדיק",אן אייניקל פונעם חידושי הרי״ם (שפּעטער געצויגן קיין טשענסטכאוו).

אין תרפ"ד (1924) האט אנגעהויבן דינען ווי שטאָט׳ס רב רבי ברוך קלונימוס הורוויץ-שטערנפעלד פֿון דעם כענטשינער הויף. ער איז געווארן דערמארדעט אין דעם חורבן אין יאר תש"ב (1942).