א סעקונדע (ענגליש: second) איז דער גרונטלעכער איינס פון צייט אין דער אינטערנאציאנאלע סיסטעם פון איינסן, מיטן סימבאל s.

א סעקונדע איז א זעכציגסטל פון א מינוט, וואס איז א זעכציגסטל פון א שעה; ממילא איז א סעקונדע דאס צווייטע זעכציגסטל פון א שעה. דערפאר הייסט עס "סעקונדע" מלשון "סעקאנד" אין ענגליש וואס מיינט "נעקסטע".

פונעם יאר 1000 ביזן יאר 1960 האט מען דעפינירט די סעקונדע ווי 1/86,400 פון א דורכשניט זון טאג. היינט ווערט זי דעפינירט לויט אן אטאמישן זייגער.

מען מעסט טיילן פון א סעקונדע ווי א מיליסעקונדע (א טויזנטל פון א סעקונדע), א מיקראסעקונדע (א מיליאנט פון א סעקונדע) און א נאנאסעקונדע (א ביליאנט פון א סעקונדע).