דער סאהארא מדבר (אראביש: الصحراء الكبرى‎, אַס-סאחראַ אל-קובראַ, "דער גרעסטער מדבר") אין צפון אפריקע, איז דער צווייטער גרעסטער מדבר אין דער וועלט (נאך אנטארקטיקע[1]). ער איז גרויס בערך 9,065,000 קוואדראט ק"מ. ער איז דער הייסטער ארט אין דער וועלט, אבער נישט דער טרוקנסטער. דער טרוקנסטער איז דער אַטאַקאַמאַ מדבר אין דרום אמעריקע. דער נאמען סאהארא איז פון אן אראביש ווארט صحر וואס איז טײַטש מדבר.

א סאטעליט בילד פונעם סאהארא

רעפערענץ רעדאַקטירן

  1. אזוי ווי אויך אין אנטארקטיקע איז דא ווייניג אפזעץ, אחוץ ביי די בארטנס, איז דאס אינלאנד פונעם קאנטינענט טעכניש דער גרעסטער מדבר אין דער וועלט.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סאהארא