אַ נאַטירלעכע צאָל איז יעדע גאנצע צאל וואס איז העכער פון נול. און אזעלכע רעכענען אריין דעם נול אויך. נאטירלעכע צאלן זיינען ביז אין סוף, און עס עקזיסטירט נישט א גרעסטע נאטירלעכע צאל.

מיט א נאטירלעכע צאל ציילט מען אביעקטן ווי צב"ש איין עפל מיט נאך צוויי עפלעך און נאך דריי עפלעך זיינען זעקס עפלעך.

געוויינטלעך באצייכנט מען עס אָן מיטן אות .

מיט נאטירלעכע צאלן ציילט מען אביעקטן, ווי צום ביישפיל 3 עפלעך און 5 מאראנצן.

וויבאלד אזעלכע רעכנען יא דעם נול ווי א נאטירלעכע צאל און אזעלכע נישט, איז באשטימט צו עס באצייכענען ווי פאלגנדיק: ווען דער נול איז 'יא' אריינגערעכנט, שרייבט מען עס אזוי: אדער אזוי: , און ווען דער נול איז 'נישט' אריינגערעכנט, שרייבט מען עס אזוי: אדער אזוי: .