משמעותדיקייט

מאס פון דער מעגלעכקייט פון א געשעעניש

משמעותדיקייט איז א מאס פון דער ווארשיינלעכקייט אז א געוויסער געשעעניש וועט פאסירן. די משמעותדיקייט פון א געשעעניש קען האבן א נומערישן ווערט וואס איז א רעאלע צאל צוויישן 0 און 1. אן אוממעגלעכער געשעעניש האט א משמעותדיקייט פון 0, און א זיכערער געשעעניש האט א משמעותדיקייט פון 1. משמעותדיקייט איז א פונדאמענטאלער באגריף אין מאטעמאטיק און ווערט דעפינירט אנאליטיש אין דער טעאריע פון משמעותדיקייט. דער באגריף פון משמעותדיקייט ווערט ברייט באניצט אין די געביטן פון סטאטיסטיק, נאטור-וויסנשאפטן, קאמפיוטער וויסנשאפט, סאציאל וויסנשאפטן און אנדערע וויסנשאפטן.

איינער פון די פארשפרייטסטע באניצן פון משמעותדיקייט איז רעכענען די מעגלעכקייט פון געווינען ביי א אזאראט שפיל.

א מאנגל אין זיכערקייט וועגן א געשעעניש, און דערפאר די נויט אין רעכענען אדער אפשאצן זיין משמעותדיקייט, קען שטאמען פון צוויי פאקטארן:

  • א מאנגל אין זיכערקייט וואס שטאמט פון צופעליקייט אין נאטור. א ביישפיל דערפון איז צעפאל פון ראדיאאקטיווע מאטעריע. מען קען נישט וויסן וועלכער ספעציפישער אטאם און גענוי ווען וועט פאסירן דער נעקסטער צעפאל, אבער סטאטיסטיש־משמעותדיק קען מען יא וויסן.
  • א מאנגל אין זיכערקייט וואס שטאמט פון טיילווייזער אינפארמאציע וואס מען האט. א ביישפיל דערפון איז ווארפן א מטבע, וואס קען זיך ארויסלאזן אין איינער פון צוויי מעגלעכקייטן, אבער וואס מען קען נישט וויסן פאראויסט וועלכן רעזולטאט וועט אויסקומען פון א געוויסן ווארף, אויבוואויל, ווען מען וואלט געוואוסט אלע רעלעוואנטע פיזישע דאטן - וואלט מען געקענט טעארעטיש אויסחשבונען דעם אויסקום.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: משמעותדיקייט