מרים קעניגן איבער ארץ יהודה, ווייב פון הורדוס, און די לעצט איבערגעבליבענע פרינצעסין, פון די חשמונאים דינאסטיע. געבוירן אין יאר 54 איידער די ציווילע רעכענונג, און געשטארבן אין יאר 29 איידער די ציווילע רעכענונג.

מרים החשמונאית
בן/בת זוג הורדוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

זי איז געווען די טאכטער פון אלכסנדרה החשמונאית, די טאכטער פון יוחנן הורקנוס דער צווייטער. און מרימס טאטע איז געווען אלכסנדר דער צווייטער, די עלטערע זון פון יהודה אריסטובולוס דער צווייטער. הורקנוס און אריסטובולוס, האבן זיך ארומגעשלאגן אין א בירגער קריג, ווער עס זאל געוועלטיקן איבער די יידן, און די חתונה פון מרימס עלטערן, האט געזאלט באצייכענען די שלום, אבער נאכן חתונה האט זיך די קריג אנגעהויבן פונדאסניי, אנהייב דורך אריסטובולוס, שפעטער אלכסנדר, און צום סוף מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער.

אין יאר 43-, איז הורדוס' פאטער אנטיפטרוס, אומגעקומען דורך שטיצער פון הורקנוס, ווען הורדוס איז געקומען קיין ירושלים, איז ער שוין געווען זייער מאכטפול, און קעגן הורקנוס' ווילן, איז מרים געווארן הורדוס' כלה.

שפעטער אין יאר 40-, איז אנטיגונוס דער צווייטער אנגעקומען מיט אן ארמיי, און פארטריבן הורקנוס מיט הורדוס, הורדוס איז צוריקגעקומען עטליכע יאר שפעטער מיט א געדינגענע ארמיי, פון רוים. וואס צום ענדע האט הורדוס טאקע געווינען, דורכאויס די שלאכטן צווישן אנטיגונוס און הורדוס, האט הורדוס געהייראט מרים אין שומרון.

ווען הורדוס האט איבערגענומען די מלוכה, האבן זיך געפונען עטליכע חשמונאים אין די פאלאץ, הורקנוס און אלכסנדרה די מאמע פון מרים, אריסטובולוס דער דריטער, מרימס ברודער.

הורדוס האט אנגעהויבן מיט זיין אומברענגען די חשמונאים, מיטן דערטרענקען אריסטובולוס, וואס איז געווען כהן גדול, זיין אומקום איז פארשטעלט געווארן, ווי אן אומשולדיק אומגליק.

הורדוס' מאמע קיפריס, און זיין שוועסטער שלומית, האבן פיינט געהאט מרים, און געזיכט אלע וועגן ווי צו מאכן א געפעכט צווישן די צוויי.

די פראבלעמען פון די רוימישע אימפעריע, האט געצווינגען הורדוס צו פארן צו די נייע הערשער, אין די צייט וואס ער איז געווען אין אויסלאנד, האט ער געשטעלט זיין שוואגער יוסף שלומיתס ווייב, אז ער זאל היטן אויף מרים, און אים געזאגט אז אויב געשעט עפעס צו הורדוס, זאל ער הרגנען מרים.

די באפעל איז אנגעקומען צו מרים, און ווען הורדוס האט זיך אומגעקערט, האט זי אים קאנפראנטירט היתכן, דאס האט איבערצייגט הורדוס אז זי האט געהאט געשלעכטלעכע באציונגען מיט יוסף, און איר אומגעברענגט דורך הענגען. שלומית הורדוס' שוועסטער, האט געמאכט נאך א בלבול אויף מרים, אז זי האט געוואלט פארסמען הורדוס.

ווען זי איז אלט געווען 25, איז זי אומגעקומען, און איר מאמע איז אויך אומגעברענגט געווארן קורץ דערויף. יארן שפעטער, האט הורדוס אויך אומגעברענגט, די צוויי זון וועלכע זי האט געבוירן, און געטענהט אז זיי ווילן אין אים מורד זיין.

זי האט געהאט פינעף קינדער, אריסטובולוס, אלכסנדר, נאך א זון וועלכע איז געשטארבן יונג, און צוויי טעכטער. זי איז געווען די לעצטע פון די חשמונאים, אירע קינדער ווערן שוין פארעכנט, ווי די הורדוס פאמיליע.