מציצה בפה איז א גאָר אלטער מנהג ישראל, אז דער מוהל וואס מל'עט אפ דעם קליינעם קינד און ברענגט אים אריין לבריתו של אברהם אבינו, זייגט ארויס מיטן מויל דאס בלוט פונעם פרישן ווּונד ביים שניט דארטן ווי מען האט גע'מל'עט דאס קינד.


מקור אין ש"ס און פוסקים רעדאַקטירן

אין דער משנה שטייט:

”עושין כל צרכי מילה בשבת: מוהלין ופורעין ומוצצין ונותנין עליה איספלנית וכמון” (שבת פרק י"ט)

די גמרא לייגט צו:

” אמר רב פפא האי אומנא דלא מייץ סכנה הוא ועברינן ליה” (שבת דף קלג:)

זעט מען אז אן מציצה איז פאראן א סכנה, דעריבער מאכט מען מציצה אפילו שבת, און דער מוהל וואס מאכט נישט מציצה טוט מען אים אוועקנעמען פון זיין אמט. אויך אין פוסקים וועט דאס געפסקנט:

”כיצד מוהלין? חותכין את כל העור … ואח"כ מוצץ את המילה עד שיצא הדם ממקומות רחוקים כדי שלא יבוא לידי סכנה, וכל מי שאינו מוצץ מעבירין אותו. ואחר שמוצץ נותן עליה איספלנית או רטייה וכיוצא בהן” (רמב"ם הלכות מילה פרק ב הלכה ב)

און אזוי אויך אין שולחן ערוך.[1]

דאס הייסט אז שוין אין דער גמרא'ס צייטן האט מען געהאלטן אז מען נעמט אוועק בלוט פון א וואונד האט דאס ווייניגער שאנסן צו ווערן אייטערדיק.

אין מאדערנע צייטן רעדאַקטירן

אבער זינט די רעפארמער האבן אייביג אפגעשפעט פון דעם מנהג האבן די ארטאדאקסן דאס מער פארהייליגט נאר צוליב דעם אנצוהאלטן זייער אידישקייט פאר אלע פרייזן.

אין יאר תשס"ו 2005 האט דער ניו יארק סיטי געזונטהייט ביורא ארויסגעגעבן שארפע רעקעמענדאציעס דאס צו ענדיגן צוליב דעם וואס דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז איבער 7 קינדער זײַנען געווארן אנגעשטעקט מיט א שעדליכן פארעם פון "הערפּיס" קרענק וואס דער מוהל האט אריבער געפירט פון זיין נאקעטן מויל צו דעם קליינעם קינדס וואונד, און זינט גרויסע ערוואקסענע האבן די "אנטי-באדי'ס" דאס צו באקעמפן און א קליין קינד האט נאך נישט די "אנטי-באדי'ס" איז דאס טויטליך פארן קינד.

חסידישע רבנים פרובירן איצט אפצושרייען די גזירה אז די סיטי העלט דעפארטמענט זאל זיך נישט מישן און לאזן אנהאלטן דעם אור אלטן הייליגן מנהג טראץ די זיבן קרבנות ווייל זיי ווייזן אן אז טויזנטער קימפעט-קינדער ווערן געמל'ט אויף דעם אופן און עס האט גארנישט פאסירט ממילא ווייזן די סטאטיסטיק אז די זארגן פון די דאקטוירים זענען פאלטש באזירט.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. יורה דעה סימן רסד סעיף ג