הרב מאיר בראנדסדארפֿער (כ"ז אלול תרצ"ד - כ' אייר ה'תשס"ט) איז געווען א פוסק און א מוהל. ער איז געווען א דיין ביי דער עדה החרדית אין ירושלים, און ממונה איבער דער שחיטה פון דער עדה החרדית. אויך איז ער געווען רב פֿון די תולדות אברהם יצחק חסידים אין ירושלים.

מאיר בראנדסדארפער
קיין פריי בילד
געבורט 7 סעפטעמבער 1934
אנטווערפן, בעלגיע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 13 מאי 2009 (אלט 74) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
זיין געזיכט

יונגע יארן רעדאַקטירן

מאיר בראנסדארפער איז געבוירן אין אנטווערפן, בעלגיע, אין יאר תרצ"ד צו זיין פאטער שלמה בראנסדארפֿער און זיין מוטער פֿרומעט, א טאכטער פונעם פישטיאנער רב, רבי ישכר שלמה טייכטאל הי"ד.

ווען נאצי דייטשלאנד האט אינוואדירט בעלגיע אין אייר ה'ת"ש (מיי 1940) איז די בראנסדארפער משפחה אנטלאפן קיין פראנקרייך. ווען זיי זענען אנגעקומען אין פאריז איז מען געוואויר אז מאיר ליידט פון טובערקולאז. האט מען אים געשיקט צו א הייל צענטער אין דער שווייץ. נאך ניין חדשים ווען ער איז געווארן געזונט איז ער צוריקגעקומען צו זיין פאמיליע אין פראנקרייך, וואו ער איז געבליבן באהאלטן ביז נאכן צווייטן וועלט קריג. נאכן קריג אין תש"ה - (1945),האט זיין משפחה זיך געצויגן קיין ארץ ישראל.

אין ארץ ישראל האבן זיי געוואוינט צו ערשט אין קיבוץ חפץ חיים, דערנאך אין תש"ו]האבן זיי זיך באזעצט אין די אונגארישע הייזער אין ירושלים, דארט איז זיין פאטער געווארן איינער פון די נאנטע תלמידיים פון דעם שומרי אמונים רבי, רבי אהרן ראטה. ער איז נאר געווען צוועלף יאר אלט, אבער רבי אהרעלע האט געוויזן א נאנטשאפט צו אים און געזאגט אויף אים "אז דאס קינד וועט באלייכטן די אויגן פון יידן אין ירושלים עיר הקודש". ווען דאס חסידות האט צעשפאלטן מיט ר' אהרעלע'ס פטירה, האט זיין פאטער זיך איינגעשלאסן צו תולדות אהרן און דער יונגער מאיר איז געווארן איינער פון די חשובע מקורביום פונעם תולדות אהרן רבי אברהם יצחק קאהן.

נאך זיין בר מצווה, האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער "בית יוסף צבי" ישיבה (דושינסקיא). דארטן האט ער געלערנט בחברותא מיט הרב משה האלבערשטאם, און זיי ביידע האבן באקומען היתר הוראה אין תש"ך פון הרב פנחס עפשטיין דער ראב"ד פון דער "עדה החרדית". נאכהער זענען זיי ביידע צוזאמען אריין לערנען אין דער סלאנימער "בית אברהם" ישיבה, וואו דער ראש ישיבה איז געווען הרב שלום נח בראזאווסקי.

חתונה רעדאַקטירן

מאיר האט חתונה געהאט מיט ברכה, די טאכטער פון הרב שמעון דוב קרישעווסקי, דער סעקרעטאר פונעם דיסקין יתומים הויז און דער פריוואטער סעקרעטאר פון דאקטער משה וואלאך, דער גרינדער און דירעקטאר פון דעם שערי צדק שפיטאל. נאך דער חתונה האט ער פארגעזעצט לערנען אין דער מירער ישיבה אין דעם בית ישראל פערטל אין ירושלים.

זיינע רבי'ס אין הלכה, ביי וועמען ער האט גענומען סמיכה, זענען הרב משה אריה פריינד גאב"ד פון דער "עדה החרדית", רב שמואל וואזנער און רב יששכר דב גאלדשטיין ראש כולל שומרי החומות. ער האט אויך געהאט א שטארק שייכות מיט רב שלמה זלמן אויערבאך, מיט וועמען ער האט געשריבן אין הלכה'דיגע ענינים.

ער האט פֿארעפֿנטליכט דאס ספר שו"ת "קנה בשם" וואס אנהאלט תשובות וואס ער האט געשריבן אין די פיר חלקים פון שלחן ערוך.

אחוץ דעם איז ער געווען א באוואוסטער מוהל אין ירושלים.


זיין פטירה רעדאַקטירן

אור ליום כ' אייר תשס"ט איז ער פלוצלונג נפטר געווארן, און דעם נעקסטן טאג האט מען אים באערדיגט אין הר הזיתים.

ספרים רעדאַקטירן

משפחה רעדאַקטירן

די קינדער פון ר' מאיר און זיין ווייב ברכה זענען:

  • הרב שמואל, מו"צ אין דער עדה החרדית, רב פון קהילת "תפארת הנחל" און ראש כולל "תולדות אברהם יצחק" אין בית שמש.
  • הרב יששכר, ראש מכון "שערי אורה" (וואס דרוקט זיין טאטנ'ס כתבים) און ראש השוחטים אין דער עדה.
  • הרב חיים אלעזר, א מוהל
  • הרב אהרן, שוחט ובודק
  • הרב יוסף קדיש, מחבר פון די ספרים "אורה ושמחה" אויף דער משנה תורה פונעם רמב"ם. איידעם פון הרב מנחם מאנדערער, דער קאסאווער רבי פון ירושלים.
  • הרב משה, מו"צ אין דער עדה החרדית און רב פון בית הוראה "היכל הוראה".
  • הרב נתנאל, מו"צ אין עדה החרדית, רב פון "קנה בושם" געגנט אין בית שמש
  • הרב יהודה טרייטל, איידעם פון ר' דוד שווימער
  • הרב יצחק
  • הרב שמעון דב
  • די ווייב פון רבי יוסף סאמעט, ראש כולל עוז והדר

וועבלינקען רעדאַקטירן