לייבער דיי

(אַריבערגעפֿירט פון לעיבער דעי)

לייבער דיי (ענגליש: Labor Day) איז אן אמעריקאנער פעדעראלע לעגאלע חגא. עס איז דעם ערשטן מאנטאג אינעם מאנאט סעפטעמבער. טראדיציאנאל ווערט עס אפגעצייכנט מיט ווינציג הוליערייען און סעלעבראציעס, נאר ענדערש מיט רואיגע פייערונגען דורך באזוכן פריינט און פאמילע. אויך ווערן אפגעראכטן פארשידענע טראדיצינאלע פאראדען, אין ניו יארק און מאסאטשוסעטס.

א לעבאר דיי פאראדע אין יאר 1861 אין אגדען יוטא

די חגא איז געגרינדעט געווארן צו פייערן א טאג פאר ארבייטער אין אמעריקא, ארויס צו ווייזן דאנקבארקייט און שטיצע פאר די פילע מיליאנען וואס ארבעטן שווער און האבען א גרויס טייל אין אויפבויען די אמעריקאנע עקענאמיע.

אין דער גארער וועלט פירט מען זיך צו פייערן "ארבייטער'ס טאג" אין דעם ערשטן טאג פון מאי, אויך אין אמעריקא האבן אסאך פארלאנגט מען זאל פייערן דעם טאג אנהייב מאי, אבער פאקטיש האט מען אין אמעריקא אנגעהויבן צו פייערן די חגא דעם ערשטן מאנטאג פון סעפטעמבער נאך אין יאר 1880.

1882

די אינטערנאציאנעלע ארבעטער אסאסיאציע מיט נאך אנדערע האבן גראדע יא נוטה געווען מען זאל פייערן דעם טאג אנהייב מאי, אבער נאך שווערע ראיאטן וואס האט אויסגעבראכען אין שיקאגא אנהייב מאי פון יאר 1886 (באקאנט אלס די העימארקעט ראיאטן), האט פרעזידענט גראווער קליוולאנד געזארגט אז מען וועט אפטייטשן א חגא אין יענעם טעג אלץ א פייערונג פאר די ראיאטן. היות די טראדיציע האט זיך שוין אזוי אנגעהויבן, און אויס זארג אז אויב וועט מען דאס טוישן וועט אויסקוקן כאילו אמעריקאנער ארבעטער גרופעס זענען פאראייניגט מיט די אינטערנאציאנאליסטן, איז דאס שוין געבליבן אז אין אמעריקא איז אנדערש און דער ערשטער מאנטאג אין סעפטעמבער איז די חגא טאג ביז היינט.

די ערשטע פאראדע אין דעם טאג איז געווארן ארגאנאזירט דורך די רייטער פון ארבייט גרופע, טייל היסטאריקער זאגן אז יענע פאראדע איז צושטאנד געקומען צוזאמען מיט די ראסיסטישע קו קלוקס קלאן גרופע, א פאקט וואס האט אין אנהייב געדינט די שטיצער פון א מאי פאראדע וועלכע האבען זיך געזוכט אפצושאקלען פון די אריגענעלע ארגאנאזירער. דער ליבעראלער היסטאריקער האווארד זין האט געשריבן דערוועגן אין זיין באקאנטע בוך מענטשן'ס היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.

דער טאג איז אין אלגעמיין דער לעצטער טאג וואס קינדער סטודענטן האבן זייער זומער הפסקה פון שולע, דעם פאלגנדן טאג הייבט מען אן דאס נייע שולע יאר.

וועבלינקען רעדאַקטירן

  • אפיציעלע ערקלערונג וועגן לעיבאר דיי [1]
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לייבער דיי