ירוחם (הקטן) בלינדמאן (תקנ"ח - תרנ"א) איז געווען חזן אין בארדיטשעוו און אין טארנאפאל.

ירוחם בלינדמאן

מען האט אים גערופן הקטן צוליב זיין קורצן געוויקס.

ער איז צוערשט געווען חזן אין בארדיטשוב, און אין יאר תרכ"א איז ער אריבער קיין טארנאפאל.

די וועלט האט דאן גע'רַעש'ט מיט זיין גרויס קענטעניס אין חזנות.

ער איז געווען א לייבליכער פעטער פארן באקאנטן חזן ניסן בעלזער (ניסי ספיוואק).