יקותיאל יהודה האלבערשטאם (דאלינא)

רבי יקותיאל יהודה (זלמן ליב) האלבערשטאם הי"ד (ה'תר"ס - ה'תש"ב) פון דאלינא.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי זלמן ליב איז געבוירן אין יאר ה'תר"ס (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם פון באכניא, א זון פון הרב אשר מאיר האלבערשטאם, רב אין באכניא, א זון פון הרב יוסף זאב האלבערשטאם, פון קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון הרב צבי הירש האלבערשטאם, רב אין רודניק, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם דער גארליצער רב.

רבנות רעדאַקטירן

רבי זלמן ליב איז געווען באקאנט אלס תלמיד חכם, ער האט ארויסגעהאלפען זיין שווער מיט זיין רבנות אין דאלינא.


הסתלקות רעדאַקטירן

רבי זלמן ליב איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ב (אומגעפעהר), הי"ד.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי זלמן ליב האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע האלבערשטאם, רב אין דאלינא, א זון פון הרב משה האלבערשטאם רב אין בארדיאוו.

זיינע ספרים רעדאַקטירן

  • מנחת שבת - לקוטי דינים - געדריקט צוזאמען מיט דעם ספר שומר שבת פון הרב דוד לידא רב אין אמסטערדאם
  • קיצור שלחן ערוך - הלכות שבת - מיט מנוחת שבת
  • אורחות אדם - געדריקט צוזאמען מיט דעם ספר הנהגות אדם פון הרב יהודה ליב ליפשיץ

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר