רבי יעקב אריה גוטערמאן פון ראדזימין (ה'תקנ"ב - י"ח תמוז ה'תרל"ד, 1874) איז געווען פון די פראמינענטע רביס אין פוילן אין די אנהייב ת"ר יארן.

יעקב אריה גוטערמאן
געבורט 1792 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1874 (אלט 82 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישער בית עולם אין ווארשע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ראדזימינער אוהל אין דעם ווארשעווער בית עולם

לעבנסגעשיכטע רעדאַקטירן

רבי יעקב אריה איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן שלמה, א בעקער, און בונא אין ווארקע, פוילן, און געהאדעוועט דארט. ער האט געלערנט תורה ביים ווארקער רב הרב שמואל, מחבר פון ״תורת שמואל״ און א תלמיד פון רבי עקיבא אייגער. אין זיינע יונגערע יארן איז ער געווארן נאנט צו חסידות און ער פלעג פארן אין די הויפן פון די גרויסע פוילישע אדמורי"ם, דער חוזה פון לובלין און דער קאזשניצער מגיד.

ער האט געהייראט די טאכטער פונעם נגיד ר' בעריש פון ריטשעוואל און נאך דער חתונה האט ער געוואוינט נאנט צו זיין שווער. שפעטער האט מען אים באשטימט רב אין ריטשעוואל, און נאכהער איז ער געווארן שטאטס־רב אין ראדזימין.

רבי יעקב אריה איז געווען א תלמיד מובהק פון דער פרשיסכער שיטה פונעם ייד הקדוש און זיין תלמיד דער רבי ר' בונים. נאך דעם רבי ר' בוניםס פטירה אין תקפ"ז (1827) האבן זיך זיינע חסידים געטיילט. איין גרופע האט נאכגעפאלגט רבי יצחק מאיר אלטער פון ווארשע און האבן אויסגעקליבן רבי מנחם מענדל מארגנשטערן פון טאמאשאוו (שפעטער דער "קאצקער רבי" אלס זייער מנהיג. די אנדערע גרופע, צווישן זיי רבי יעקב אריה, האבן געשטיצט רבי שמחה בונימ'ס זון, רבי אברהם משה פון פשיסכע; נאך א קורצער תקופה איז ער נפטר געווארן און די הנהגה איז אריבער צו רבי יצחק ווארקער.

נאך דער פטירה פון רבי יצחק ווארקער אין ה'תר"ח (1848) האט רבי יעקב אריה אנגעהויבן פירן א רביסטעווע אין ראדזימין. רבי יעקב אריה האט מאריך ימים געווען מער ווי די אנדערע תלמידים פונעם רבי ר' בונים, און ער איז גערעכנט געווארן דעם "זקן האדמו"רים" אין זיין דור, מיט א שטארקן איינפלוס. א סאך חסידים זענען געפארן צו זיין הויף, כולל אדמו"רים און רבנים.

ער איז נפטר געווארן י"ח תמוז תרל"ד (1874) און מען האט אים באערדיגט אין דעם ווארשעווער בית עולם. מען האט אויפגעשטעלט אן אוהל אויף זיין קבר. אין דעם אוהל האט מען אויך באערדיקט זיינע צוויי אייניקלעך , די אדמו"רים רבי אהרן מנחם מענדל גוטערמאן און רבי לוי יצחק גוטערמאן, ווי אויך רבי נחמיה אלטער, דעם זון פונעם שפת אמת, וואס איז געווען געהייראט צו רבי יעקב אריה'ס אן אוראייניקל.‏[1]

זיינע תורות זענען געזאמעלט אין ספרים וואס מען האט ארויסגעגעבן נאך זיין פטירה: "דברי אבי"ב" אויף בראשית רבה "ביכורי אבי"ב" אויף תורה און מועדים, און "ליקוטי אבי"ב".

משפחה רעדאַקטירן

  • רבי יעקב אריה גוטערמאן פון ראדזימין
    • רבי שלמה יהושע דוד (נפ' ט"ו שבט תרס"ג). פון תר"ל געווען נשיא פון קופת רבי מאיר בעל הנס (כולל פולין)
      • רבי אהרן מנחם מענדל (י"ח אלול תר"ך -ח' אדר תרצ"ד)
    • רבי ישראל
      • רבי לוי יצחק (נפ' כ"ג טבת תרס"ה), אדמו"ר אין ליאדי, סיראטשין און ווארשע
        • רבי יהודה ירחמיאל (נפ' כ"א אלול תרס"ח אין ריגא) פון סיראטשין—איידעם ביי זיין פעטער רבי פינחס אליהו מייזלש
          • ר' חיים אלעזר (נפ' ל' כסלו תשמ"ח)
      • די ווייב פון רבי צבי הירש מארגנשטערן פון לאמאז
      • די ווייב פון הרב פינחס אליהו מייזלש, אב"ד וויערשאוו און ליטאמירסק
    • ר׳ בעריש (נפטר יונגערהייט)

רעפערענצן רעדאַקטירן