יהושע העשיל תאומים-פרענקל (ב)

רבי יהושע העשיל תאומים-פרענקל זצ"ל ( - ה'תרנ"ד), רב אין סאפקאוו.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי יהושע העשיל איז געבוירן צו זיין פאטער הרב פנחס תאומים-פרענקל רב אין ציעשינאוו, א זון פון הרב דוב בעריש תאומים-פרענקל, רב קניעניטש און ציעשינאוו, א זון פון הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא, א זון הרב ברוך תאומים-פרענקל דער ברוך טעם. און צו זיין מוטער מרת דרעזיל א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.

רבנות רעדאַקטירן

רבי יהושע העשיל איז געווען רב אין סאפקאוו.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי יהושע העשיל איז נפטר געווארן יונג אין ה'תרנ"ד (אומגעפער).

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי יהושע העשיל האט געהייראט א טאכטער פון זיין עלטער פעטער הרב שמואל חיים הורוויץ-שטערנפעלד פון חאנטשין, א איידעם פון ר' יהושע העשיל פון קאמארנא. זייערע קינדער:

  • הרב משה פנחס תאומים-פרענקל.
  • די ווייב פון הרב אליהו האבערלאנד, פון ניו יארק.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר