טאַנטאַלום (Tantalum) איז אַ כעמישער עלעמענט מיטן כעמישן סימבאָל Ta און אַטאָם נומער 73. טאנטאלום איז אן איבערגאנג מעטאל.

בלוי-גרויער טאַנטאַלום

נוצן רעדאַקטירן

די הויפּט נוץ פון טאַנטאַלום (מעטאַלישער טאַנטאַלום פּראָשיק) איז די פּראָדוקציע פון עלעקטראָנישע באשטאנדטיילן, איבערהויפט קאפאציטארן. נאך א נוץ איז פאבריצירן געשמעלצן מיט הויכע שמעלצפונקטן. צוזאַמען מיט אנדערע מעטאַלן, האט טאַנטאַלום א ראָלע אין שאפן קארבידן, וואס מען ניצט אין דזשעט מאָטאָרן און ראקעטעס.


באווארענישן רעדאַקטירן

טאַנטאַלום מעטאַל טוט ניט פאַרשאַפן קיין פּראָבלעמען אין געשעפט נוצן אין לאַבאָראַטאָריעס, אָבער עס איז זאָגן אַז טאַנטאַלום באשטאנדטיילן קענען אָנמאַכן טומאָרן אין דעם גוף און דעריבער מוזן ווערן באהאנדלט לויט דעם. אָבער, טאַנטאַלום ווערט געניצט אין איבערפלאנצונגען אין דעם גוף, ווייַל עס טוט נישט רעאַגירן מיט פליסיקייטן אינעם קערפער.