טאמאס גאריג מאסאריק (7טן מערץ 1850 - 14טן סעפטעמבער 1935) איז געווען א פילאסאף, זשורנאליסט און טשעכישער פאליטיקער. ער האט אנגעפירט די זעלבסטשטענדיגקייט באוועגונג, פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. און ער איז געווען דער ערשטער פרעזידענט פון טשעכאסלאוואקיי.

טאמאס מאסאריק
Tomáš Garrigue Masaryk
געבורט 7 מערץ 1850
Q2670751, עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 14 סעפטעמבער 1937 (אלט 87)
טשעכאסלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ציסלייטאניע, טשעכאסלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער, פילאסאף, פעדאגאג, שרייבער, סאציאלאג, אוניווערסיטעט-לעקטאר, זשורנאליסט, לערער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
טאמאס מאסאריק

געבוירן אין מעהרן, זיין פאטער איז געווען א בעל עגלה. ער איז געווארן א פראפעסאר פון פילאסאפיע, אין וויען. אין 1882 איז ער אריבער צו דעם טשעכישן אוניווערסיטעט, אין פראג. ער האט געשריבן פאר צייטונגען, פון 1891 האט ער אנגעפירט די יונגע טשעכן פארטיי, און ער איז ערוויילט געווארן אלס דעפוטאט, אין פארלאמענט, אין וויען עסטרייך. אבער האט רעזיגנירט אין 1893, אין 1900 האט ער געגרינדעט די פאלקס פארטיי, וואס האט פארלאנגט באלדיגע זעלבסטשטענדיגקייט פאר טשעכיי, אין 1907 איז ער צוריק אין פארלאמענט, ווי ער באשולדיקט געווארן אלס ווידערשפעניקער, קעגנשטעלענדיק זיך די עסטרייכע פאליטיק אין די באלקאן לענדער.

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, איז ער אנטלאפן קיין אויסלאנד, ער האט געארבעט אינאיינעם מיט די אליאירטע, און אין 1917 האט ער אויפגעשטעלט די טשעכישע באטאליאן, אין רוסלאנד.

אין 1918. האט ער אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט דער נאציאנאלער סלאוואקישער באוועגונג, און ער איז געווארן ערשטער פרעזידענט פון דעם נייעם לאנד, אויפגעשטעלט אויף שטחים פון דער אלטער עסטרייך אונגארישע אימפעריע.

ער איז ווידערוויילט געווארן ביי די וואלן, און ער האט אנגעהאלטן זיין פאזיציע ביז 1935, ווען ער האט רעזיגנירט.

זיין זון יאן איז אויך געווען א פאליטיקער.

זיין נאכגייער איז געווען עדווארד בענעש, וואס האט געפירט טשעכאסלאוואקיי, ביז 1938. ווען עס אונטערגעשריבן געווארן די מינכן אפמאך, ווי טשעכאסלאוואקיי געט אפ די סודעטן געביט פאר דייטשלאנד.

טשעכאסלאוואקיי אונטער מאסאריק, און שפעטער אונטער בענעש, זענען געווען פון די איינציקסטע לענדער, אין די צווישן מלחמות עפאכע, מיט א נארמאלער דעמאקראטיע. מאסאריק איז געווען א סאציאליסט, און ער האט געהאלטן פון גלייכבארעכטיגונג.

מאסאריק איז געווען פארעכנט אלס זעלטענער יידן פריינט, ער האט פארדאמט שארף אנטיסעמיטיזם פון יעדן סארט, און יידן האבן געהאט פולע רעכט אין טשעכאסלאוואקיי.

ער איז געקומען באזוכן ארץ ישראל אין 1927.