רבי חיים ברוך האלבערשטאם הי"ד (ה'תרמ"ז - ה'תש"ב), רב אין פריסטיק.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי חיים ברוך איז געבוירן ה'תרמ"ז (אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין פריסטיק, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פייגא ביילא א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב.

רבנות רעדאַקטירן

רבי חיים ברוך

אין יאר ה'תרפ"ו נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי חיים ברוך געווארן רב אין פריסטיק.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי חיים ברוך איז אומגעקומן אויף קידוש השם, הי"ד.

פאמיליע רעדאַקטירן

אין יאר ה'תרע"ב האט רבי חיים ברוך געהייראט מרת רייזל א טאכטער פון הרב יעקב קאפיל פרנס פון גארליץ. זיי זענען אומגעקומן צוזאמען מיט זייער פאמיליע אויף קידוש השם, הי"ד. זייערע קינדער:

  • הרב דוד אריה האלבערשטאם (ה'תרמ"ז - ה'תש"ב) הי"ד, רב אין פריסטיק.ער האט געהייראט מרת האדיס א טאכטער פון הרב יוסף הלוי פרישערמאן רבי אין טאמאשאוו. זיי זענען אומגעקומן צוזאמען מיט זייער פאמיליע אויף קידוש השם, הי"ד. זייערע קינדער:
    • יוסף מענדל האלבערשטאם.
    • יוכבד האלבערשטאם.
  • מרת רבקה, הי"ד, די ווייב פון הרב שלום האלבערשטאם, א זון פון איר פעטער הרב חנה האלבערשטאם דער קאלאשיצער רב
  • הרב יעקב קאפל האלבערשטאם הי"ד.
  • מרת יוכבד הי"ד.
  • מרת צפורה הי"ד.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר