די זשומבלאט פאמיליע איז א מאכטפולע פאמיליע פון דרוזן אינעם לבנון, איר אפשטאמונג איז פון קורדן, און פון די 1600ער יארן, זענען זיי די פירער פון דרוזן,

כאמיל זשומבלאט, פון גרינדער טאטעס פון דער ערשטער לעבאנעזער רעפובליק, און די גרינדער פון דער סאציאליסטישער פראגרעסיווער פארטיי, איז אומגעקומען אינעם לבנון ברודער קריג.

זיין זון וואליד זשומבלאט, איז א מאכטפולער פאליטיקער אין לבנון, און ער האט געפירט די דרוזישע קעמפער דורכאויס דעם ברודער קריג, ער איז זייער מאכטפול און אלע רעכענען זיך מיט אים, ער האט געהייראט א פאלעסטינעזער מיידל, וואס איז קעגן דער דרוזישער רעליגיע. ביי די וואלן אין 2009, איז ער געלאפן צוזאמען מיט כעזבאלא.