Zoetrope:All-Story (זאעטראפ-אל סטארי) איז אן אמעריקאנישער זשורנאל געווידמעט צו דריקן הויכע קוואליטעט ליטערארישע פיקציע.

Zoetrope:All-Story
Zoetrope
www.all-story.com
דער דעקל פון פרילינג 2006

דער זשורנאל ערשיינט פיר מאל א יאר און דריקט געווענליך זיבן אדער אכט קורצע געשיכטעס. דער מאגאזין דריקט אויך ארטיסטישע פאטאגראפישע ווערק, צושפרייט צווישן די ארטיקלען.

זאעטראפ-אל סטארי ווערט ארויסגעגעבן דורך פראנסיס פארד קאפפאלע, דער באקאנטער פילם דירעקטאר פון "דער קוואטער" טרילאגיע און אפאקאליפס נאו.

וועבלינקען רעדאַקטירן

אפיציעלע וועבזייטל