ויהי בנסוע איז א ספר אין די יודישע שפראך וועלכע באשרייבט די נסיעה, באגלייט מיט בילדער, פון רבי אהרן טייטלבוים צו קברי אבות אין אייראפע אום חודש אלול תשס"ב וואס האט געדויערט צעהן טעג.

דער רב איז דאן געפארן מיט א גרויסע קבוצה פון עטליכע הונדערט יודן, צו לאדענען די זיידעס לכבוד די חתונה פון זיין יונגסטן זוהן הרב יואל - ווי דער מנהג איז.

דער ספר איז געשריבן געווארן דורך איינע פון די קרית יואל'ע באטייליגטע און ארויסגעגעבן געווארן דורך הוצאת לקט תמרים אין טבת תשס"ג.

עס איז מסודר געווארן דורך מערכת כל כתבי און געדרוקט ביי HTB פרינטינג אין ברוקלין.

דער ספר אנטהאלט צעהן פרקים. אויך איז אינעם זעלבן באנד ביי די ענדע דא א קונטרס מיטן נאמען דברות קודש וועלכע אנטהאלט אלע דרשות וואס דער רב האט געזאגט דורכאויס די נסיעה, געשריבן אין לשה"ק.

בסך הכל אנטהאלט דער ספר הונדערט זעקס-און-זעכציג זייטן.

שטעט און שטעטלעך וואס זיי האבן באזוכט רעדאַקטירן

לויטן סדר הנסיעה:

אוקריינע רעדאַקטירן

מען איז אנגעקומען צום לופטפעלד אין קיעוו, פון דארט איז מען געפארן קיין אנאטיווקע און בארדיטשוב. און גענעכטיגט אין א האטעל אין כמעלנעצקי. טייל זענען איבערנאכט געפארן קיין אומאן.

צווייטער טאג: מעזשיבוזש, פאלאנע, שעפעטיווקע, האניפאלי, אלעסק און געפארן נעכטיגן אין לעמבערג אין האטעל נעסטער.

פרייטאג, דריטער טאג: זידיטשוב און פרעמישלאן און צוריגעפארן קיין לעמבערג אויף שבת.

פוילין און גאליציע רעדאַקטירן

זונטאג: שינאווע, ליזשענסק, לאנצהוט, ראפשיץ און גענעכטיגט אינעם פארום האטעל אין קראקע.

מאנטאג: קראקע, בריגל, צאנז, דינאוו, רימענאוו און געפארן נעכטיגן אין מיהאלאוויץ.

אונגארן רעדאַקטירן

דינסטאג: אוהעל, ליסקע, קערעסטיר, נירעדהאז און קאלוב.


ראמעניע רעדאַקטירן

באניע וואו מען האט געפראוועט א סעודה לכבוד די יאהרצייט פונעם ייטב לב און מ'איז דארט געשלאפן.

מיטוואך: סיגעט, און טייל זענען אויך צוגעפארן קיין סאטמאר, דעברעצין און פון דארט קיין בודאפעסט צו נעמען די פליגער קיין ניו יארק.

א באזונדערע גרופע זענען צוגעפארן קיין פאקש און אנדערע זענען צוגעפארן מתפלל זיין קיין פרעשבורג אין סלאוואקיי.