הרב ר' יוסף קארו וזמנו איז א היסטאריע און ביאגראפישע ספר געשריבן אין לשון הקודש דורכן באקאנטן פארשער און היסטאריקער יקותיאל יהודה גרינוואלד פון סיגעט און דערנאך אין קאלאמבוס, אהייא.

אין דעם ספר, ערשיינען אין ניו יארק תשי"ד דורך הוצאת פעלדהיים, באשרייבט ער די צייט, דאס לעבן און די וואנדערונגען פון הגאון רבי יוסף קארו מחבר פונעם בית יוסף און שלחן ערוך.

ווי אויך באשרייבט ער א איבערזיכט אויף זיינע ספרים און וואספארא אימפאקט עס האט געהאט אויפן עולם התורה. באזונדער אין די לעצטע דריי פרקים איז ער עוסק מבאר צו זיין אז ס'קען נישט זיין אז דער ספר מגיד משרים האט דער בית יוסף געשריבן - ווי אנגענומען.

דער ספר וואס אנטהאלט צעהן פרקים אין א סך הכל פון צוויי הונדערט זעקס-און-דרייסיג זייטן, האט א היסטארישן ווערט און איז היינט צו טאג א יקר המציאות און כמעט נישט בנמצא.