ר' אלתר דוד יצחק ווערדיגער (באוואוסט אויף דער וועלט אלס דוד ווערדיגער; ו' חשוון תר"ף - ב' ניסן תשע"ד) איז געווען א זינגער און א חזן. ער איז געבוירן אין קראקע און איז א גערער חסיד. פארן צווייטן וועלט קריג פלעג ער זינגען יום טוב אין דער קאפעלע ביים גערער רבי'ן, דעם אמרי אמת.

דוד ווערדיגער
קיין פריי בילד
געבורט 30 אקטאבער 1919
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 2 אפריל 2014 (אלט 94)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך חזנות, זינגער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז דער פאטער פון דעם זינגער מרדכי בן דוד.

ער האט ארויסגעגעבן די ערטשע חסידישע פלאטעס וואו ער זינגט דעם סקולענער רבי'נס ניגונים (צוויי אלבאמען), באבאווער ניגונים, באיאנער ניגונים, מעליצער ניגונים, סאטמארער ניגונים, און גערער ניגונים פון יעקב תלמוד (3 אלבאמען).

ווערדיגער מיט בן-ציון שענקער זענען געווען די פיאנערן פון ארויסגעבן פלאטעס פון חסידישער מוזיק אין די 1950ער יארן.

ביאגראפיע רעדאַקטירן

דוד ווערדיגער איז געבוירן געווארן תר"ף אין קראקע, פוילן, צו זיין פאטער, ר' ישראל אריה ווערדיגער, א גערער חסיד וואס האט געהאנדלט מיט העמדער, און צו זיין מוטער גיטל, דאס יונגסטער קינד פון פיר זין און פיר טעכטער.

ביי די זעקס יאר פלעג ער זינגען סאלא אין דער אייזיק יעקעלעס שול אין קראקע. ווען ער איז געווען אלט 12 יאר האט אים ר' יעקב תלמוד גערופן צו זינגען אין זיין קאפעלע ימים נוראים אין גער. אין ת"ש ווען די נאציס האבן פארטריבן די יידן פון קראקע האט זיין משפחה זיך געצויגן קיין פראשאוויץ.

פינף חדשים איז ער געווען אין דעם לאגער אין פלאשאוו. נאכהער האט ער געארבעט אינעם פאבריק פון אסקאר שינדלער. שפעטער איז ער געווען אין מאטהאוזן קאצעט און אין דעם לינץ ארבעט־לאגער, פון וואס מ'האט אים באפרייט שבת כ"ב אייר תש"ה. נאך דער מלחמה האט ער געטראפן זיין עלטסן ברודער יעקב מאיר און זיין יונגסטע שוועסטער יעטא.

ער האט געהייראט מלכה גאלדינגער (תרפ"ג - תש"ם). זיי האבן זיך באזעצט אין פאריז וואו זייער עלטסטער זון ישראל אריה איז געבוירן. אין תש"י האבן זיי אימיגרירט קיין ניו יארק וואו איז צו זיי געבוירן נאך דריי זין: מרדכי, חיים און מענדל.

אין ניו יארק איז דוד ווערדיגער געווען איין יאר חזן אין דער ווארשעווער שול אויף ריווינגטן גאס, דערנאך אין דער חתם סופר שול אויף דער לאוער איסט סייד. שפעטער האט ער באקומען א קאנטראקט צו ווערן חזן אין דער ניו לאטס תלמוד תורה שול, וואס איז געווען בארימט פאר אירע חזנים.

ער האט אויפגעשטעלט די רייזעביורא "ווערדיגער רייזעס" און דעם פלאטע געזעלשפאט "אדרת פלאטעס".

אין תשע"ב האט ער ארויסגעגעבן א סי.די. פון זיינע 22 אלבאמען מיט 235 געזאנגען.

וועבלינקען רעדאַקטירן