א געדרוקטער שטראמקרייז (ענגליש: printed circuit board, אין ראשי תיבות: PCB) איז א טאוול אויף וואס ליגן עלעקטראנישע קאמפאנענטן וואס שאפן א שטראמקרייז. די קאמפאנענטן זענען פארבונדן און עלעקטרישע דראטן, נאר מיט קופערנע פאַסן וואס זענען געדרוקט אויפן טאוול, געמאכט פון א מאטעריאל וואס פירט נישט דורך. געדרוקטע שטראמקרייזן זענען נישט טייער, און אין אלגעמיין זייער געטרוילעך.

טייל פונעם געדרוקטן שטראמקרייז טאוול פון א ZX Spectrum קאמפיוטער

דער געדרוקטער שטראמקרייז קומט אויסצוטוישן די אלטע סיסטעם פון פארבינדן עלעקטראנישע קאמאפאנענטן מיט דראטן, א טייערע, פאמעלעכע און פארפלאנטערטע סיסטעם געמאכט מיט דער האנט.

א געדרוקטער שטראמקרייז קען זיין איינזייטיק (מיט איין קופערנער שיכטע), צווייזייטיק (מיט צוויי קופערנע שיכטעס) אדער פילזייטיק. די פארשידענע שיכטעס ווערן פארבונדן דורך לעכער.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: געדרוקטער שטראמקרייז